ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א להתלמידים שיחיו ערב יום הכפורים, לפני כל נדרי, ה'תש"נ
392
אַ נשוי, ווי מ'לערנט אָפּקלח פון דעם פסוקקלט "וכפר בעדו ובעד ביתו" — "ביתו זו אשתו".
יב. ויהי רצון, אַז פון דעם דיבור בכל זה זאָל עס אַראָפּקומען בפועל, אַז די גאולה קומט תיכף ומיד ממש, אַזוי אַז צוזאַמען מיט דער אכילה פון דער סעודה שני' וואָס מ'גייט באַלד עסן [וואָס די נשי ובנות ישראל האָבן שוין זיכער אָנגעגרייט, אָדער אָנגעהויבן אָנגרייטן, באופן פון "הכל מוכן לסעודה"], זאָל מען אויך עסן סעודת לויתן ושור הבר, צוזאַמען מיט אַלע אידן, און צוזאַמען מיט משיח צדקנו,
והקיצו ורננו שוכני עפרקמ, ומשה ואהרן עמהםקמא — דער כהן גדול [אהרן כהן גדול און אויך משה איז געווען אַ כהן גדול לדיעה אחת בדא"חקמב], ובתוכם ובראשנו — כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, און אַלע שוכני עפר פון כל בית ישראל, אָנהויבנדיק פון די אבות ואמהות, און לפני זה — אדם וחוה [וועלכע געפינען זיך אין מערת המכפלה, אין "קרית ארבע"קמג].
און אַלע אידן גייען אין ארצנו הקדושה, אין ירושלים עיר הקודש, להר הקודש, לביהמ"ק השלישי, ולקדש הקדשים,
"ותחזינה (אויך ובענינינו — לשון הוה) עינינו בשובך לציון ברחמים" (ווי מ'האָט ערשט מתפלל געווען בתפלת מנחה), "בשוב ה' את שיבת ציון"קמד, ה' צוזאַמען מיט אַלע אידן, "ושב ה' אלקיך את שבותך", "והשיב לא נאמר אלא ושב"קמה, וואָרום "עמו אנכי בצרה"קמו, און עס ווערט מן המיצר אל המרחב, ביז דעם מרחב האמיתי,
און מ'זעט אויך (ותחזינה) ווי דער כהן גדול שבדורנו גייט אַריין אין קדש הקדשים ביוהכ"פ זה און טוט דאָרטן די עבודה, און אַלע ענינים וואָס ער טוט דאָרט אויף, כולל — תפלת הכהן גדול בהיכל וועלכע שטעלט זיך אויס אין אַלע אותיות פון אל"ףבי"ת, ווי אַריינגעשטעלט אין תפלת מוסף (דציבור) דיוהכ"פ אין מחזור השוה לכל נפש,
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לט
- Id
- rh-7rath2ty
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.