יוהכ"פ
366
ויש לומר אַז "לקח" אותיות "חלק" איז אויך מרמז אויף "חלק הוי' עמו יעקב חבל נחלתו"סג — דער חלק הוי' (לקח טוב) וואָס דער אויבערשטער גיט יעדער אידן, באופן פון "נחלתו", אַז יעדער איד (אנשים נשים וטף) ווערט אַ יורש של הקב"ה, וואָס אַ יורש איז איין זאַך מיט דעם מוריש (דער יורש שטייט במקום המוריש)סד.
וכידוע דער פתגם פון דעם בעש"טסה, אַז יעדער איד איז חביב באַם אויבערשטן כביכול אַזוי ווי אַ בן יחיד שנולד להורים זקנים לעת זקנותם. וואָס דערפון איז מובן, אַז אפילו בשעת דער איד געהערט צו אַ משפחה פון כמה בנים ובנות (אפילו נאָך בנים זכרים) — איז (אויך ביחס לנשי ובנות ישראל) — איז ער אַ בן יחיד באַ דעם אויבערשטן, עצמותו ומהותו ית'!
און עצמותו ית' אַליין גיט אים (כביכול) — "לקח טוב נתתי לכם" — "חלק הוי'", אַ חלק מן העצם, וואָס דורך דעם איז ער תופס בכל העצםסו.
ח. ויהי רצון, אַז דאָס (חלוקה לצדקה וחלוקת לעקאַח) זאָל נאָכמער צוגעבן אַז תיכף ומיד ממש זאָל דער אויבערשטער טאָן זיין צדקה מיט יעדער און מיט אַלע אידן — "ואתם תלוקטו לאחד אחד בני ישראל"סז, און אַלע אידן גייען, אין אַ זיסן אופן, צוזאַמען מיט דעם אויבערשטן אַליין, אַרויס פון גלות אין דער גאולה האמיתית והשלימה,
און עס ווערט בגלוי "וזאת הברכה אשר ברך משה" — מראה באצבעו ואומר זה (זאת) — אָט איז משה רבינו, גואל ראשון הוא גואל אחרוןסח, דוד מלכא משיחא.
וכל זה — תיכף ומיד ממש, נאָך בתשיעי בתשרי, און דערפון גייט מען אַריין בעשירי בתשרי לאחרי וואָס ס'איז שוין דאָ די גאולה,
און ווי מ'איז מכריז בסיום יוהכ"פ — "לשנה הבאה בירושלים", וואָס מ'האָט שוין אויף דעם די החלטה טובה איצטער אַז מ'וועט עס דעמולט זיכער מכריז זיין,
וכפתגם כ"ק מו"ח אדמו"רסט אַז די גאולה קומט גלייך, און מ'גייט גלייך אין ירושלים — אין אַ גלייכן און גלאַטן אופן, בדרכי נועם ובדרכי שלום, ובדרך ממילא איז (זיכער אַז) "לשנה הבאה בירושלים", בביהמ"ק השלישי,
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לט
- Id
- rh-np1btnx4
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.