עברית
Library

יוהכ"פ

359

פאַראַן דרגות אין קץיא), עאכו"כ אין חודש אלול עצמו — נאָך ח"י אלול, ועאכו"כ בימי הסליחות,

ובזה גופא — קומט צו נאָכמער שלימות בשבת סליחות, שבת מברכים תשרי — וועלכן דער אויבערשטער אַליין בענטשט [כתורת הבעש"ט הידועה, איבער­ געגעבן דורכן מגיד, וואָס ער האָט דאָס איבערגעגעבן דעם אַלטן רבי'ן, און פון דעם אַלטן רבי'ן איז דאָס אָנגעקומען דורך רבותינו נשיאינו — דער מיטעלער רבי, דער צמח צדק, דער רבי מהר"ש, דער רבי (מהורש"ב) נ"ע, ביז כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו וועלכער האָט דאָס מפרסם געוועןיב צו אַלע אידן].

און לאחרי דער תשובה עילאה פון די אַלע טעג — קומט צו נאָך אַ העכערע דרגא בזה בראש השנה. ובפרט בשנה זו — וואָס ראש השנה חל להיות בשבת, וואָס שבת איז ענינה תשובה עילאהיג,

און דערצו איז דאָס אַ יאָר וואָס קומט לאחרי דער הכנה פון שנת תשמ"ט ידיך, און פאַר דעם — שנת תשמח ותשמח, כמדובר כמה פעמים בארוכה.

וואָס דערפון אַלעם איז מובן, אַז תשובה תתאה האָט מען שוין פון לאַנג געטאָן, יוצא געווען, ובתכלית השלימות,

ובפרט לאחרי די אַלע ענינים וועלכע מ'איז דורכגעגאַנגען מעבר לים, ואין כאן המקום להזכיר עוד הפעם ענינים וואָס האָבן געקאָסט אַזויפיל לעבנס בפשטות, לעבנם פון צדיקים וטהורים, ה' ינקום דמם — איז זיכער אַז די עבודה בדורנו בכלל באַשטייט איצטער פון תשובה עילאה דוקא.

עאכו"כ נאָך דער עבודה פון תשובה עילאה במשך גאַנץ חודש אלול, און דערנאָך ראש השנה, און דערנאָך די עשרת ימי תשובה.

ולאחרי כל זה איז פאַרשטאַנדיק, אַז בשעת עס קומט ערב יוהכ"פ און יוהכ"פ — האַלט מען ביי גאָר אַ הויכע דרגא אין תשובה עילאה עצמה (העכער פאַר אַלע דרגות אין די זמנים שלפני זה).

ב. ובפשטות מיינט דאָס:

תשובה עילאה בכלל איז — די דביקות און התאחדות פון אַ אידן מיטן אויבערשטןיד — ישראל וקוב"ה כולא חדטו. וואָס שלימות גילוי ענין זה איז ביוהכ"פ — "

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-e45vs7h1

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources