עברית
Library

ער"ה

336

"צמח צדק" גייען אויף משיח צדקנוכט — גיט דאָס נאָכמער צו כח אַז ביום זה זאָל זיין די צמיחה (צמח) פון משיח צדקנו (צדק), באופן פון מראה באצבעו ואומר זהל.

אין דעם קען מען נאָכמער צוגעבן — דורך דעם וואָס יעדערער, אנשים נשים וטף, וועט אויסנוצן דעם טאָג (ערב ראש השנה) אויף מוסיף זיין לזכותו פון דעם צ"צ (נוסף אויף דעם אייגענעם זכות בזה) אין די ענינים אין וועלכע ס'איז באַשטאַנען (עיקר) עבודתו פון דעם בעל יום הולדת (וואָס מזלו גובר ביום זה), ובכללות — איז ענינו געווען: מפיץ זיין תורה, ובפרט — פנימיות התורה, מפיץ זיין עבודת התפלה און עבודת כל המצוות כולם בהידור, כולל ובמיוחד — מצות הצדקה.

והיות אַז דער צמח צדק איז געווען נשיא הדור שלו, והנשיא הוא הכללא — ווערט נמשך מענינו זה של הצ"צ צו אידן בדורות שלאחרי זה אַז "מ'געהערט" צו אים. ובפרט אַז אין דעם איז אויך באַשטאַנען די עבודה ותפקיד ושליחות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו — ווי ער האָט מערערע מאָל מסביר געווען, אַז דער תפקיד פון דעם דור איז — הפצת התורה והתפלה והמצוות, ובפרט — הפצת פנימיות התורה.

און — מ'האָט דעם כח צו טאָן דאָס אָן קיין טירחא, ובלשון כ"ק מו"ח אדמו"ר — אַז עס איז שוין אַלץ מוכן און עס דאַרף נאָר זיין "עמדו הכן כולכם", ובפרט שטייענדיק בערב שבת ווען "הכל מוכן לסעודה", מעין ובדוגמת "כל מלאכתך עשוי'" שבשבת.

ובפרט אַז דער טאָג איז דער סיום וחותם פון אַ גאַנצן יאָר, מלא בתורה ומצוות ומעשים טובים.

דעריבער וועט מען זיכער אויסנוצן דעם יום הולדת המאתיים פון צמח צדק — אויף מוסיף זיין אין לימוד תורתו פון דעם צמח צדק, און אין נתינת הצדקה בקשר מיט דעם יום הולדת המאתיים, ומה טוב — אַ הוספה בצדקה אין אַ מספר פון מאתיים — מאתיים פרוטות (וואָס דאָס איז בהישג יד פון יעדערן, אפילו קינדער), און די וואָס ווילן געבן מער — מאתיים פון אַן אנדער מטבע, אָדער מאתיים שטרות וכיו"ב — וועט דאָס נאָכמער צוגעבן אין די אַלע ענינים האמורים.

און דאָס וועט נאכמער מוסיף זיין, אַז נאָך ביום זה, ערב ראש השנה (ווען זוכים בדין), דער לעצטער טאָג פון תשמ"ט ידיך, ערב שבת (ווען טועמי' חיים זכו),

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-8ax1cbxh

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources