ער"ה
334
ובפרט אַז שוין בערב ראש השנה שטייען אידן אין אַ מצב נעלה — ווי עס שטייט אין טורז (בשם פון "מדרש"ח): כתיבט כי מי גוי גדול וגו' (אשר לו אלקים קרובים אליו), איזה אומה כאומה זו שיודעת אופי' של אלקי' כו', און זיי ווייסן אַז זיי האָבן זוכה געווען בדין, ביז אַז דאָס איז קענטיק אין זייערע לבושים — "לובשים לבנים ומתעטפים לבנים" (מיט די אַלע פרטים אויסגערעכנט אין טור).
ג. ובשנה זו קומט אין דעם צו נאָכמער — אַז ערב ראש השנה קומט אויס ערב שבת, אַן ערב והכנה צו יום טוב של ראש השנה שחל להיות בשבתי:
נוסף צו דער הכנה פון ערב ראש השנה בכלל (ביז באופן אַז שוין דעמולטיא איז זוכין בדין) — קומט צו דעם יאָר, אַז ס'איז אויך ערב שבת, וואָס דעמולט איז מען זיך מכין צו שבתיב, אָנהויבנדיק פון פרייטיק אינדערפרי, וכל המקדים הרי זה משובח, ובפרט דורך "רץ" בערב שבתיג, אַ ריצה לדבר מצוה (לצורך שבתיד),
און נאָכמער: נוסף צו די הכנות צו שבת, איז בערב שבת שוין אויך דאָ אַ מעין — "טועמי' חיים זכו"טו — פון די ענינים פון שבת, כולל אַ טעימה ומעין פון דעם ענין פון "כל מלאכתך עשוי'" בשבתטז, ע"ד ווי ס'איז געווען באַ דעם ערשטן יום הששי (פון מעשה בראשית), יום בריאת אדם הראשון — אַז "אדם נברא בערב שבת ומפני מה כו' כדי שיכנס לסעודה מיד", "שימצא הכל מוכן" לסעודהיז.
וואָס דאָס גיט צו נאָכמער אין דעם זוכים בדין בערב ראש השנה, זייענדיק אויך ערב שבת, ווען מ'איז זיך מכין און מ'האָט אַ טעימה פון דער "סעודה" בשבת,
כולל ובמיוחד כנ"ל — אַז גלייך בערב ראש השנה פאַרענדיקט מען אַלע הכנות צו דעם שבת אין אַן אופן של ריצה, ביז — אַז בערב ראש השנה זה, דער לעצטער טאָג פון שנת תשמ"ט ידיךיח, איז מען רץ פון גלות אין דער גאולה, אַזוי
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לט
- Id
- rh-x1r1tx9n
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.