עברית
Library

הוספה - ביאורים באגרת התשובה

205

ארבע מיתות לא בטלו" — ווייל "ע"י תשובה הקב"ה מיקל ולפעמים מוחל לגמרי". זעט מען דאָך אַז דורך תשובה ווערט מען נפטר פון דין ד' מיתות בעוה"ז.

והדברים ק"ו: מה דאָך דין ד' מיתות, וואָס בעיקרם זיינען זיי איבערגעגעבן געוואָרן צו ב"ד שלמטה (נאָר בשעת אַז בטלו סנהדרין גיט מען זיי מלמעלה), און בנוגע ב"ד שלמטה העלפט ניט קיין תשובה כנ"ל, איז אעפ"כ, בנוגע צו הדין בזה אבל שע"י ב"ד שלמעלה העלפט יע תשובה — איז דאָך מכ"ש כרת ומיתה ביד"ש, וואָס זיינען מלכתחילה ניט איבערגעגעבן געוואָרן צו ב"ד שלמטה, דאַרף דאָך אין זיי אַודאי העלפן תשובה. און ווי עס שטייט בפירוש אין גמרא (מכות יג, ב) "חייבי כריתות כו' אם עשו תשובה ב"ד שלמעלה מוחלין להן".

היינט וואָס איז דעם אַלטן רבי'נס קשיא "והרי נמצאו כו' חייבי כריתות ומיתות והאריכו ימיהם ושנותיהם" — מען קען דאָך ענטפערן אַז זיי האָבן תשובה געטאָן (וכתירוץ התוספות בנוגע דין ד' מיתות)? און אויב מצד איזה טעם וויל דער אַלטער רבי ניט אָננעמען דעם תירוץ, האָט ער דאָך געדאַרפט פרעגן אויף דעם וואָס עס זיינען דאָ כמה וכמה חייבי מיתות ב"ד שמתים על מטותם שזהו חמור יותר או עכ"פ להקשות גם ע"ז — פאַרוואָס איז זיין קשיא נאָר אויף חייבי כריתות ומיתה ביד"ש?

נו. עד"ז קען מען פרעגן אויך אויף תוספות (כתובות שם. וסנהדרין לז, ב ד"ה מיום): די קשיא פון תוספות דאָרט איז אויף דעם חידוש וואָס די גמרא זאָגט "דין ד' מיתות לא בטלו", אַז דער דין פון ד' מיתות איז דאָ אויך לאחרי שבטלו סנהדרין. ולכאורה, וועגן כרת און מיתה ביד"ש איז דאָך אַ דבר הפּשוט אַז אין זיי איז ניטאָ קיין נפ"מ צי עס זיינען דאָ סנהדרין צי ניט. האָט דאָך תוספות געדאַרפט פרעגן פאַרוואָס זיינען דאָ כמה וכמה חייבי כריתות ומיתה ביד"ש וואָס האריכו ימיהם ושנותיהם — פאַרוואָס פרעגט תוספות דוקא אויף דעם וואָס די גמרא איז מחדש אַז "דין ד' מיתות לא בטלו"?

זעט מען דערפון, אַז ס'איז דאָ אַ חילוק עיקרי צווישן כרת ומיתה ביד"ש ביז ד' מיתות ב"ד (אויך איצטער ווען דין ד' מיתות קומט מלמעלה), וואָס מצד דעם חילוק, איז די קשיא פון תוספות — דוקא אויף די ד' מיתות, און די קשיא פון אַלטן רבי'ן — דוקא אויף כרת ומיתה ביד"ש.

נז. דער ביאור אין דעם איז:

אין שכר ועונש זיינען פאַראַן צוויי דיעות אין חוקרי ישראל (הובאו ונתבארו בשל"ה בית אחרון (יב, א­ב)):

א) אַז זיי קומען בדרך נס. ד.ה. אַז דער שכר ועונש זיינען ניט קיין דירעקטע תוצאה ומסובב פון די מצוה און עבירה, נאָר זיי זיינען בדוגמת שכר ועונש וואָס אַ מענטש גיט צוליב מעשה הטוב אָדער הפכו.

ב) אַז זיי קומען בטבע, ד.ה. אַז דער אויבערשטער האָט מטביע געווען אין די מצות און עבירות גופא, אַז פון זיי זאָל אַרויסקומען שכר צי עונש.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-a7tdbbrh

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources