עברית
Library

הוספה - ביאורים באגרת התשובה

פרק א

פרק א

היינו משום שע"י קיום מ"ע כו':

ה. הביאור מה שמבאר כאן הטעם מה שעשה דוחה ל"ת: התומ"צ ה"ה בשביל להמשיך אור ע"י רמ"ח מ"ע ולהסיר את רוח הטומאה ע"י שס"ה ל"ת, כדלעיל ח"א פל"ז (מח, א). ובנדו"ד לא שייך לרוח הטומאה ח"ו שהרי התורה ציוותה לדחות המל"ת. משא"כ באם אפילו התורה דוחה מ"ע — סו"ס אין כאן מעשה להמשיך אור. וחסר הוא. וק"ל.

שנאמר ופקדתי:

ו. אין די "שלשה חלוקי כפרה" וואָס אין יומא, ברענגט זיך אויף יעדער סוג אַ ראי' פון אַ פסוק: אויף מ"ע אַז ס'איז גענוג תשובה — "שנאמר שובו בנים שובבים", אויף מל"ת אַז מען דאַרף אָנקומען צו יו"כ — "שנאמר כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם מכל חטאתיכם", און אויף כריתות ומיתות ב"ד אַז מען דאַרף אָנקומען אויך צו יסורין — "שנאמר ופקדתי בשבט פשעם ובנגעים עונם".

אָבער די ערשטע צוויי פסוקים איז דער אַלטער רבי ניט מעתיק. און ער איז מעתיק בלויז דעם דריטן פסוק. איז דאָך ממה נפשך: אָדער ער האָט געדאַרפט מעתיק זיין אַלע דריי פסוקים, און אויב די ערשטע צוויי פסוקים איז ער ניט מעתיק, ווייל אים איז נוגע בלויז די "שלשה חלוקי כפרה" גופא, און ניט די ראיות און מקורים פון וואַנען די ברייתא לערנט אָפּ די שלשה חלוקי כפּרה, האָט ער דאָך דעם דריטן פּסוק אויך ניט געדאַרפט מעתיק זיין?

איז דער ביאור אין דעם: דער פּסוק "ופקדתי בשבט פּשעם ובנגעים עונם" איז ניט בלויז אַ ראי' און מקור צו "יסורין ממרקין", נאָר אויך אַ ביאור אין דעם אופן פון די יסורים. ווי דער אַלטער רבי איז מבאר ווייטער (צא, א) דעם דיוק הלשון "ופקדתי" — "ופקדתי דייקא" — אַז דאָס מיינט וואָס "הקב"ה מביא עליו יסורים".

ז. ולהוסיף — אַז דער ביאור וואָס אין דעם פּסוק איז נוגע צום כללות תוכן הענין פון אגה"ת:

מיטן אגה"ת וויל דער אַלטער רבי אַרויסבריינגען ווי ס'איז "קרוב מאד" צו יעדער אידן צוקומען צו תשובה (ראה להלן סעיף.. .). קען זיך דאָך שטעלן די שאלה: וויבאַלד אַז אויף כריתות ומיתות ב"ד דאַרף מען אָנקומען (צוליב גמר הכפּרה עכ"פּ) צו יסורים, און נעמען אויף זיך יסורים איז דאָך זייער אַ שווערע זאַך, היינט ווי איז עס "קרוב מאד"? — דעריבער בריינגט ער דעם פּסוק "ופקדתי", אַז ס'איז אַן ענין וואָס קומט מלמעלה, און ניט דער מענטש טוט דאָס. (און אפילו ווען ער וויל אַליין נעמען יסורים אויף זיך "כדי לינצל מעונש יסורים של מעלה ח"ו",

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-t1fw9z7s

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources