עברית
Library

הוספה - ביאורים באגרת התשובה

196

נוסף שרק בירושלמי מיחשב תענית], האָט ער דאָך לכאורה געדאַרפט ברענגען אויך דעם אופן, אַז דורך פאַסטן צוויי מעל"ע רצופים, בייט מען אום ארבעים תעניות (שזהו קל יותר לבריאות כדמוכח מרמ"א הנ"ל)?

און אעפּ"י אַז בנוגע די תעניתים של תשובה וועלכע שטייען אין רוקח, וואָס "כל דבריו דברי קבלה", זאָגט דער חתם סופר (או"ח סקע"ג — נדפס בשו"ע שם על הגליון) אַז מען זאָל זיך ניט פאַרלאָזן אויף דעם וואָס עס שטייט אין שו"ע אַז דער תענית הפסקה איז במקום מ' יום (אָדער ווי עס שטייט אין ספרי מקובלים — במקום כ"ו יום), ווייל "דבר זה אין לו סמך מן הראשונים כלל",

איז דאָך אָבער דעם חתם סופר גופא זאָגט דאָרטן, אַז בנוגע די תעניתים וואָס הוסיפו המקובלים קען מען זיך יע פאַרלאָזן אויף די עצה הנ"ל, ווייל "הם אמרו והם אמרו". בלייבט דאָך די קשיא: אין אגה"ת רעדט ער דאָך וועגן די צומות "לכל עון ועון מעונות החמורים כו'", וואָס דער מקור אויף רובם פון די צומות איז בלויז פון מקובלים הנ"ל, טאָ פאַרוואָס ברענגט ער ניט ענין הנ"ל?

אין אַן אַלטן תניא האָב איך געפונען אַ הגהה פון אימעצן (אינו ידוע ממי), אַז פון דעם וואָס דער אַלטער רבי ברענגט ניט ענין הנ"ל איז אַ ראי' אַז ער האַלט כדעת הפּוסקים (בהג"ה זו מצויין לשו"ת הלק"ט ח"ב סרנ"ב, ואינו תח"י עתה לראות בו) אַז בימינו אלה, מצד חלישות הדורות, טאָר מען ניט פאַסטן קיין תענית הפסקה צוויי מעל"ע.

ס'איז אָבער שווער צו זאָגן, אַז דער אַלטער רבי זאָל חולק זיין אויפ'ן מחבר און רמ"א וואָס זאָגן אַז מען קען יע פאַסטן אַ תענית הפסקהנא.

מה. בעת מען איז מעיין אָבער אין דעם המשך הענינים שבאגה"ת, איז הנ"ל, מלכתחילה קיין קשיא ניט:

דער ענין וואָס ער רעדט דאָ (בד"ה ומ"מ כל בעל נפש) קומט בהמשך צו דעם וואָס ער זאָגט פריער "מי שריבוי הצומות מזיק לו. . אסור לו להרבות בתעניות. .

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-rcmgjqmj

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources