עברית
Library

הוספה - ביאורים באגרת התשובה

193

חסידות ד"ה יו"ט של ר"ה שחל להיות בשבת, אויף דעם וואָס די גמרא (ר"ה כט, ב) זאָגט, אַז דער טעם פון דעם וואָס בר"ה שחל בשבת איז מען ניט תוקע בשופר, איז ווייל "רבנן הוא דגזור בי' כו' שמא כו' יעבירנו ד' אמות ברשות הרבים". פרעגט מען אויף דעם אין חסידות: ווי אַזוי האָבן די חז"ל דוחה געווען אַ מ"ע דאורייתא — ובפרט מצות שופר וואָס זי איז אַ "מצוה רמה ונשאה מאד" (המשך תרס"ו) און אין איר איז תלוי אַ סאַך כוונות (לקו"ת) — צוליב דעם דאָזיגן חששמו? און פון דעם איז מען מכריח אין חסידות, אַז בר"ה שחל להיות בשבת דאַרף מען ניט אָנקומען צו שופר, ווייל די ענינים וועלכע ווערן נמשך דורך תקיעת שופר (לאחרי חורבן בית ראשון), ווערן זיי נמשך בשבת מצד עצמו.

ולכאורה איז ניט מובן: ס'איז דאָך אַ כלל (תוד"ה וחותם ברכות טז, א. ובכ"מ) אַז "יש כח ביד חכמים לעקור דבר מן התורה", היינט וואָס איז די קשיא "איך דחו" (תרנ"ט. תרס"ה. תש"ג. ועוד) אָדער "איך הי' כח ביד חכמים לעקור" (סידור רמ, ג)?

נאָר דער ביאור אין דעם איז כנ"ל: עס קען דאָך ניט זיין אַ מציאות אין דער בריאה וואָס זאָל שטערן ח"ו צו תומ"צ, און וויבאַלד אַז אויך בשבת איז (לויטן סלקא דעתך) דאָ דער חיוב פון מצות תקיעת שופר, קען דאָך ניט זיין אַז מען זאָל דאַרפן חושש זיין פאַר "שמא יעבירנו", וואָרום דאַן וועט דאָך אויסקומען אַז דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלט די בריאה אין אַזאַ אופן אַז עס זאָל מוזן פעלן די מצוה פון תק"ש. (און וויבאַלד אַז דאָס קען דאָך ניט זיין, איז בהכרח צו זאָגן, אַז ס'איז ניטאָ וואָס צו חושש זיין אַז "שמא יעבירנו").

און פון דעם וואָס די חז"ל האָבן יע אָנגענומען דעם חשש, און גוזר געווען אַז בר"ה שחל בשבת זאָל מען ניט תוקע זיין בשופר, איז חסידות מכריח אַז בר"ה שחל בשבת דאַרף מען ניט אָנקומען צו דעם, כנ"ל.

מ. כשם ווי דאָס וואָס בר"ה שחל בשבת בלאָזט מען ניט קיין שופר, איז אעפּ"י אַז בחיצוניות איז עס מצד דערויף ווייל עס קען שאַטן צו אַנדערע ענינים — "שמא יעבירנו", בפּנימיות אָבער איז עס מצד דערויף ווייל בשבת דאַרף מען ניט אָנקומען צו שופר,

אַזוי איז אויך בנוגע לענינינו, אַז דאָס וואָס "מי שריבוי הצומות מזיק לו. . כמו בדורותינו אלה" איז "אסור לו להרבות בתעניות", איז אעפּ"י אַז בחיצוניות איז עס מצד דערוף ווייל די ריבוי הצומות קענען אים שאַטן, איז אָבער פון דעם גופא וואָס דער אויבערשטער האָט אַזוי באַשאַפן אַז "בדורותינו אלה" זאָל מען ניט קענען פאַסטן, איז אַ ראי' אַז מען דאַרף ניט אָנקומען צו ריבוי צומות (און ס'איז מספּיק אויך די צומות וואָס "ישער בנפשו שבודאי לא יזיק לו כלל"), ווייל אָט דער ענין "

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-yqxnq7wm

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources