עברית
Library

הוספה - ביאורים באגרת התשובה

162

וזמן) אין להן שייכות במדות הקדושות העליונות" (שעהיוה"א שם), דאַרף מען דאָרטן ניט באַוואָרענען דעם ענין היחוד, ווייל מצד המדות איז מלכתחילה ניטאָ קיין נתינת מקום לטעות).

ולדוגמא: החידוש שבשעהיוה"א דלעולם נצב (פ"א) הוא בנוגע ל"דברך" (מל' שבהשתל'); שאינו "כפשוטו" (פ"ז) — בנוגע לצמצום (במל' שלמעלה מהשתל', דא"ס).

און דאָס איז אויך דער טעם פון דעם וואָס (לויט ווי מען דערציילט ביי חסידים) איז ביים אַלטן רבי'ן געווען אַ קס"ד צו מסדר זיין דעם שעהיוה"א אַלס דעם ערשטן חלק, וואָס דעריבער שרייבט ער ב'­ג' פעמים אין "חינוך קטן" (די הקדמה צו שעהיוה"א) דעם לשון "כמו שיתבאר" (בלשון עתיד) — כאָטש אַז די ענינים אויף וועלכע ער שרייבט "כמו שיתבאר" ווערן זיי מבואר אין דעם ח"א "ספר של בינונים" (וואָס, לויט ווי ס'איז אויסגעשטעלט געוואָרן איצטער, קומט דער סש"ב פאַר שעהיוה"א).

און נאָך מערער: אפילו לאחרי וואָס דער אַלטער רבי האָט מחליט געווען אַז דער שעהיוה"א זאָל קומען נאָך סש"ב, האָט ער נאָך אַלץ איבערגעלאָזן אַ נתינת מקום צו סברתו הקודמת אַז דער שעהיוה"א זאָל קומען פאַר סש"ב, וואָס דעריבער האָט ער איבערגעלאָזן דעם לשון "כמו שיתבאר", און ניט משנה געווען "נתבאר" (בנו"ן) — ל' עבר

ווייל וויבאַלד אַז סש"ב איז ענינו — מדות, אהבה ויראה, און שעהיוה"א — מלכות, איז דאָך דער סדר הספירות (מלמטלמ"ע) פריער — מלכות, און דערנאָך — מדות (ז"א).

[ונוסף לזה: אויך אין עבודת האדם, בכדי צוקומען צו אהבה ויראה, דאַרף זיין פריער די אמונה ביחודו ואחדותו ית', כמבואר בחינוך קטן בסופו].

ועפי"ז יובן דער טעם פון דעם וואָס אגה"ת איז דער דריטער חלק, וואָס קומט נאָך שעהיוה"א און סש"ב, ווייל תשובה איז, בעיקר, אין ספירת הבינה. און דער סדר הספירות איז: בינה נאָך זו"ן; נאָך מלכות (שעהיוה"א) און ז"א (סש"ב), קומט בינה (אגה"ת).

ג. נאָך אַ ביאור אויף דעם וואָס אגה"ת איז דער דריטער חלק (און קומט נאָך סש"ב מיט שעהיוה"א):

ס'איז ידוע וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר זאָגט (סה"ש תש"א ע' 241 ואילך) אַז "די פיר טיילן אין ס' התניא זיינען מכוון נגד די ארבעה חלקי שלחן ערוך". און ער טייטשט אויס, אַז די ג"ן פרקים פון תניא (חלק ראשון) זיינען דער אורח חיים פון חסידות חב"ד, דער שער היחוד והאמונה (חלק שני) — יורה דעה, אגרת התשובה (חלק שלישי) — אבן העזר.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-3erfgqrt

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources