עברית
Library

הוספה - ביאורים באגרת התשובה

176

וויבאַלד אַז "השיבנו ה' אליך" איז די תשובה פון אות יו"ד — בחינת החכמה — וואָס קומט לאחרי די תשובה פון די פריערדיקע דריי אותיות, קען מען דאָך מיינען, אַז וויבאַלד זיי האָט ער שוין אומגעקערט, איז די תשובה פון "השיבנו ה'" טוט אויף בלויז אין חכמה

— אויף דעם איז ער מרמז דעם "ונשובה", אַז דער "השיבנו ה'" פּועל'ט אויך "ונשובה" — השבה אין אַלע כחות הנפש. וכמבואר בתניא ח"א פי"ט, אַז בשעת עס ווערט נתעורר בחינת החכמה, פּועל'ט עס אין אַלע כחות הנפש, און ביז אפילו אין לבוש המעשה.

און הגם אַז אין די פריערדיקע דריי אותיות איז דאָך שוין געווען אויך פריער די תשובה, פונדעסטוועגן, וויבאַלד אַז חכמה איז דער שרש ומקור, איז בשעת אַז דער שרש ווערט נתעורר, ווערט במילא אַן עילוי אויך אין אַלע כחותיז, און אַן עילוי שבאין ערוך, ביז אַז דאָס ווערט אָנגערופן בשם תשובה — ונשובה — תשובה חדשה אפילו לגבי מצבם לאחרי ג' התשובות שלפ"ז.

והיינו כשתשובתו כו':

ראה לעיל סעיף ח'.

שום תענית כלל:

ראה להלן סעיף כ'.

כמ"ש בתורה והתודו את חטאתם וגו':

יט. בשעת דער אַלטער רבי ברענגט אַז וידוי ובקשת מחילה ווערט יע דערמאָנט אין רמב"ם און סמ"ג, ווייל זיי זיינען יע נוגע צו מצות התשובה, שרייבט ער: "כמ"ש בתורה והתודו את חטאתם וגו'".

ולכאורה איז ניט מובן:

א) צוליב וואָס דאַרף ער שרייבן כמ"ש כו', וואָס איז נוגע אין אגה"ת מציין זיין דעם מקור פון רמב"ם און סמ"ג?

ב) אפילו ווען ער וויל שוין יע ברענגען דעם פּסוק, האָט ער געקענט שרייבן כמ"ש והתודו. צוליב וואָס דאַרף ער שרייבן כמ"ש בתורה, למאי נ"מ צי דער פּסוק איז אין תורה צי אין נביאים וכתובים?

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-k6pcgngs

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources