עברית
Library

בס"ד. שיחת ל"ג בעומר בעת ה"פּאַראַד", ה'תשמ"ג

131

ערקלערט אין תניאכז, אַז דערפאַר איז צדקה "שקולה כנגד כל המצוות"כח, דאָס איז אַזוי וואָגיק ווי אַלע מצוות צוזאַמען.

וואָס וויסנדיק דאָס (אַז דורך דעם פאַרשאַפט מען דעם אויבערשטן נחת רוח) גיט דאָס צו נאָכמער געשמאַק און נאָכמער יגיעה צו טאָן אין ביידע אויבנ­דערמאָנטע ענינים (אין וועלכע מ'האָט אַן אָפּלערנונג פון רשב"י) — לימוד התורה ביז "תורתו אומנתו", און קיום המצוות, אָנהויבנדיק פון דער עיקר'­דיקע מצוה, מצות הצדקה בממון, צדקה בדיבור און צדקה במחשבה, דורך "ואהבת לרעך כמוך", און אין דער פולסטער מאָס.

און אין די אַלע זאַכן איז מען פאַר­זיכערט, אַז בשעת מ'באַשליסט (מ'איז מחליט) צו טאָן אַזוי — איז "הקב"ה עוזרו"כט און רשב"י עוזרו, און מ'העלפט אַז איר זאָלט קענען אויפטאָן אין די ביידע זאַכן נאָכמער וויפל איר ריכט זיך פון פריער, און אויפטאָן לייכטער, בעסער, ברייטער און טיפער.

* * *

י. די צווייטע זאַך אין דעם טאָג פון ל"ג בעומר איז (ווי דערמאָנט פריער) — אַז נאָך דעם וואָס די תלמידי רבי עקיבא "לא נהגו כבוד זה לזה" איז אין דעם טאָג פון ל"ג בעומר האָבן זיי צוריק אָנגעהויבן נוהג זיין כבוד זה לזה.

וואָס אויך דערפון איז דאָ אַן אָפּ­לערנונג פאַר יעדערן, אָנהויבנדיק פון גאָר קליינע קינדער (אין צוגאָב צו דער הוראה פון דער ערשטער זאַך אין ל"ג בעומר, יום הילולא דרשב"י, אַז באַ יעדערן דאַרף זיין "תורתו אומנתו", און די צווייטע זאַך — טאָן אין מצוות, אָנהויבנדיק פון מצות הצדקה וכו'), ובהקדמה:

די פּעולות און אויפפירונגען פון אַ מענטשן, און אויך די מצוות, טיילן זיך בכלל אין צוויי סוגים — "סור מרע" און "עשה טוב". אויסהיטן זיך מיט דער גרעסטער פאָרזיכטיקייט אויף ניט טאָן קיין רע, ניט גוטע זאַכן, און האַלטן אין איין טאָן גוטע זאַכן.

דאָס וואָס מ'האט פריער גערעדט די אָפּלערנונג פון (דער ערשטער און צווייטער זאַך אין ל"ג בעומר — פון) רשב"י, אַז באַ יעדערן דאַרף זיין "תורתו אומנתו", און מקיים זיין מצוות אָנ­הויבנדיק פון מצות הצדקה און "ואהבת לרעך כמוך" — איז דאָס אין דעם סוג פון "עשה טוב".

דערצו קומט די אַנדערע אָפּלערנונג פון ל"ג בעומר (פון דער הנהגה פון תלמידי רבי עקיבא) אין "סור מרע" — אַז מ'דאַרף זיין שטאַרק אָפּגעהיט אויף ניט אָנרירן אַ צווייטן אידן, "דעלך סני לחברך לא תעביד"ל, וואָס דאָס איז דער "סור מרע", פון דעם היפך פון "ואהבת לרעך כמוך":

"ואהבת לרעך כמוך" איז אין חיוב, אין "עשה טוב". "דעלך סני לחברך לא תעביד" איז אין שלילה, "סור מרע", אויסהיטן זיך פון טאָן ניט גוטע זאַכן אַ צווייטן, וואָס אויב מ'וואָלט עס געטאָן

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-2rn49n63

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources