עברית
Library

בס"ד. שיחת ל"ג בעומר בעת ה"פּאַראַד", ה'תשמ"ג

130

דעם אויבערשטן און אים פאַרשאַפן פאַרגעניגן אויפן בעסטן וועג. וואָס דער אופן צוגאַנג ברענגט גלייך די מסקנא, אַז מ'מוז טאָן אַלץ וואָס מ'קען אַז מ'זאָל פאַרברענגען דעם זומער אין אַ סביבה, אַ "קעמפּ", וואָס יעדער פרייע מינוט ווערט אָפּגעגעבן אויף לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, "תורתו אומנתו" (כנ"ל).

ח. צוזאַמען מיט תורה קומען מצוות, גדול תלמוד שמביא לידי מעשהכד, תורה אור באַלייכט און באַווייזט ווי אַזוי מ'זאָל מקיים זיין די מצוות. איז — נאָך דער ערשטער אָפּלערנונג פון רשב"י בנוגע צו תורה ("תורתו אומנתו"), קומט די צווייטע אַפּלערנונג בנוגע צו מצוות, וואָס אויך אין דעם האָט רשב"י אָנגע­וויזן און דורכגעטראָטן דעם וועג:

די ערשטע זאַך וואָס רשב"י אַליין האָט געטאָן גלייך באַ דער ערשטער מעגלעכקייט נאָך דעם ווי ער איז באַ­פרייט געוואָרן פון דעם זיין דרייצן יאָר אין דער מערה, אָפּגעשלאָסן פון וועלט, באַהאַלטנדיק זיך צוליב אַ גזירה וועלכע מ'האָט אויף אים גוזר געווען פאַר פאַר­שטאַרקן אידישקייטכה — איז געווען: ער האָט געטאָן אַ טובה אידן.

ווי די גמרא דערציילטכו, אַז אַרויס­גייענדיק פון מערה האָט רשב"י געזאָגט "איכא מילתא דבעי לתקוני", צי ס'איז דאָ אַ זאַך וואָס ער קען מתקן זיין דאָרט. און מ'האָט אים געזאָגט אַז ס'איז דאָ אַ געוויסע זאַך וועלכע איז מצער, איז אַ טירחא פאַר אידן, האָט ער דאָס גלייך מתקן געווען.

און ער האָט אַליין אין דעם געטאָן, אין אַן אופן פון "יגעתי", געהאָרעוועט, ביז ער האָט אויסגעפירט און אַליין פאַרשפּאָרט די אידן וועגן וועלכע מ'האָט אים דערציילט אַז זיי נויטיקן זיך אין אַ טובה — אַז זיי זאָלן קענען פירן זייער געהן (בלכתך בדרך) אָן דער טירחא און די שוועריקייטן.

וואָס דאָס איז איינע פון די וועגן ואופנים ווי אַזוי צו טאָן די מצוה פון גמילות חסדים און צדקה.

ט. וואָס דאָס איז די צווייטע אָפּ­לערנונג פון רשב"י (נאָך דער ערשטער אָפּלערנונג — אין תורה):

יעדערער פון אייך דאַרף געדענקען, אַז בכדי צו מקיים זיין "ואהבת לרעך כמוך" איז ניט גענוג אַז מ'האָט דעם געפיל אין האַרצן, אָדער אַז מ'רעדט מיט אַ צווייטן דברי אהבה, גוטע רייד, אָדער אַז מ'האָט עס במחשבה, דאָס אַלעס איז זייער וויכטיק — ס'מוז אָבער (אויך) אַראָפּקומען אין מעשה בפּועל,

אַז איר זייט זיך אַליין מטריח, מיט אייער גוף, מיט אייערע געלט און ענ­לעכעס, אויף אַרויסהעלפן יעדער אידן וועלכן איר קענט דערגרייכן און איר ווייסט אַז ער נויטיקט זיך אין צדקה אָדער אין הילף פון געלט אָדער הילף אין אַן אַנדער אופן. און טאָן דאָס בפועל, ובשמחה ובטוב לבב, ווי געזאָגט פריער.

וואָס דאָס איז פון די זאַכן וואָס פאַרשאַפן כביכול דעם אויבערשטן נחת רוח, "נחת רוח לפני", ואדרבה — דעם גרעסטן נחת רוח, ווי דער אַלטער רבי

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-p4kjshvx

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources