עברית
Library

משיחות ש"פ בהר, ט"ו אייר ול"ג בעומר ה'תשמ"ו

124

החלטות טובות פון די קינדער צו נאָכ­מער באַפעסטיקן און פאַרשטאַרקן זייער שייכות מיט רשב"י און מיט זיינע הנה­גות, ובפשטות — אַז די שמחה פון די קינדער בשמחת רשב"י ווערט אַ פעולה נמשכת על כל הזמנים, צו מוסיף זיין בלימוד התורה און בקיום המצוות בהי­דור, דורכגענומען מיט אהבת ישראל ואחדות ישראל, און דאָס אַריינברענגען אין זייערע הייזער און באַ זייערע מש­פּחות און חברים וכו'.

און "חנוך לנער ע"פ דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנה"יז, אַז זיי זאָלן אויפ­וואַקסן צו זיין לומדי תורה ומקיימי מצוות בהידור, דורכגענומען מיט יראת שמים, און במיוחד — לימוד תורתו של רשב"י, פנימיות התורה, און זיין — "נרות להאיר", משפיע זיין און באַלייכטן דעם גאַנצן אַרום.

ג. ומענין לענין באותו ענין:

ל"ג בעומר (מ"ת דפנימיות התורהיח) איז אויך אַ הכנה — בתוך כליט ימי הספירהכ — צו זמן מתן תורתנו בחג השבועות, וואָס דעמולט איז געווען "בנינו עורבים אותנו"כא, די אידישע קינדער זיינען געווען די "גאַראַנטאָרס" אויף מתן תורה וקבלת התורה עד סוף כל הדורות.

דערפאַר איז אַ דבר נכון (ווי גערעדט בשנים שעברוכב) אַז אין דעם טאָג פון חג השבועות בעת קריאת עשרת הדברות (וואָס איז בדוגמת יום מתן תורהכג) זאָל מען ברענגען אַלע אידישע קינדער, סיי אינגעלעך סיי מיידעלעך (אויך גאָר קליינע קינדער), אין בית הכנסת — "מקדש מעט"כד — בכדי הערן די עשרת הדברות און די פסוקים בתור הקדמה לזה (עכ"פ).

ד. בהמשך לזה (ענין החינוך) איז ב­כמה מקומות איצטער אויך אַ זמן גרמא, שטייענדיק דאָרט בקרוב לסיום שנת הלימודים פון קינדער, צו משפּיע זיין אויף די עלטערן פון אידישע קינדער אַז זיי זאָלן שיקן זייערע קינדער צו אַ מחנה קיץ וועלכער איז מיוסד אויף טהרת הקודש, דורכגענומען מיט אהבת ה' ויראת ה'. וכמדובר כמ"פ, אַז מ'זעט בפועל אַז די פעולה פון אַ מחנה קיץ אויף קינדער (ובפרט פון אַ מחנה קיץ על כל היום והלילה) איז אַ סך שטאַרקער (בכמה פרטים) ווי דער פעולה אפילו פון אַ בית ספר — דעריבער איז נאָכמער נוגע צו לייגן אַכט אַז מ'זאָל שיקן די קינדער צו אַ מחנה קיץ וואָס איז פּאַסיק פאַר אַ אידיש קינד.

און עס איז אויך נוגע אַז מ'זאָל זיך משתדל זיין ומשפיע זיין אויף די עלטערן בנוגע צו שנת הלימודים בשנה

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-wda3cb4d

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources