משיחות ש"פ בהר, ט"ו אייר ול"ג בעומר ה'תשמ"ו
123
סעודת מצוה — אַ "סיום" אויף אַ מסכת וכיו"ב, וואָס עושין שמחה לגמרה של תורהט, אָדער מיט אַן אַנדער סעודת מצוה, וואָס זיכער וועט מען געפינען כמה הזדמנויות בזה.
וכאמור, אַז אַפילו אין די ערטער וואו מ'האָט שוין געמאַכט אַ כינוס בל"ג בעומר עצמו, איז דאָך צו קדושה קיין שיעור ניטאָ — דאַרף מען זיכער מוסיף זיין אין דעם דורך מאַכן נאָך אַ כינוס בימים אלה.
ובפרט אַז מ'געפינט זיך בדרא דעקבתא דמשיחא, און דעמולט גופא — בעקבתא דעקבתא, געציילטע רגעים פאַר דער גאולה — וואָס דעמולט איז דער טיפסטער חושך כפול ומכופל, כמשל רבותינו נשיאינוי, אַז בסוף הלילה, איידער עס ווערט ליכטיק בעלות השחר, איז דער טיפסטער חושך (ובפרט אויב מ'איז ניט מרגיש אַז דאָס איז אַ טיפער חושך). און מען דאַרף אויף דעם קיין ראיות ניט וכו'.
איז זיכער די כוונה אין דעם — אַז דאָס זאָל מעורר זיין אידן, אַז זיי דאַרפן נאָכמער מוסיף זיין אין אור וקדושה, אין חיזוק בלימוד התורה וקיום המצוות בהידור, און דורך דעם — ברענגען אַז אין דעם חושך כפול ומכופל זאָלן שוין אַריינשיינען די שטראַלן פון עלות השחר, פון דער גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.
וואָס דאָס טוט מען אויף במיוחד דורך דער הוספה באור וקדושה וחיזוק בתומ"צ פון תינוקות של בית רבן — וואָס "אין העולם מתקיים אלא בשביל הבל תינוקות של בית רבן", "הבל שאין בו חטא"יא, און אויף זיי זאָגטיא מען "אל תגעו במשיחי"יא, און "מפי עוללים ויונקים יסדת עוז גו' להשבית אויב ומתנקם"יב.
ובפרט אַז מ'קלייבט זיי צוזאַמען אין אַ כינוס בקשר מיט שמחתו של רשב"י — וואָס "כדאי הוא ר"ש לסמוך עליו בשעת הדחק"יג, וואָס גייט אויך אויפן דוחק וחושך הגלותיד, און רשב"י האָט געזאָגטטו "יכול אני לפטור את כל העולם כולו מן הדין כו'" — און די קינדער זיינען זיך משמח בשמחת רשב"י, אַ שמחה פון "הבל שאין בו חטא", אַ שמחה טהורה וקדושה כו', ווי מ'זעט במוחש אַז די שמחה וניגונים וריקודים פון קינדער איז מיט אַ פשטות ותמימות און לעבעדיקייט ושטורעם מער ווי ביי ערוואַקסענע.
און די שמחה (בשמחתו של רשב"י) קומט צוזאַמען און איז מוסיף אין די
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לז
- Id
- rh-yn43sgze
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.