בס"ד. ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א לאנ"ש שיחיו שברכו אותו
95
און דעריבער איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָס איז אַ ברכה שלמעלה מכל מדידה והגבלה במקום וזמן, וויבאַלד אַז דאָס קומט פון "משה איש האלקים" ובאופן פון "נועם ה' אלקינו עלינו".
און ווי פאַרשטאַנדיק דערפון וואָס מיט דער ברכה האָט משה געבענטשט אידן אַז עס זאָל זיין די השראת השכינה אין משכן — "יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם, ויהי נועם ה' אלקינו עלינו גו'"כג, און אין אופן פון "כוננה עלינו גו'", באַפעסטיקט אויף אַ יסודות'דיקן אופן — מיט אַ קביעות, לעד ולנצח נצחים (כמובן פון דעם פירוש אין תניא אין "שכינתא שריא", אַז דאָס איז בקביעותכד ונצחיותכה), און "ושכנתי (בקביעות) בתוכם"כו, בתוך כל אחד ואחד מישראלכז.
[ויש לומר אַז דער כח לזה קומט דערפון וואָס די ברכה איז פון "משה איש האלקים", וואָס דוקא פון דעם אויבערשטן קומט דער כח צו אויפטאָן השראת השכינה באופן של קביעות ונצחיות].
עפ"ז קומט אויס אַז אין "תפלה למשה גו'" איז מודגש די צוויי ענינים הנ"ל (אין "ואני אברכם") וואָס פאָדערן זיך אין אַ ברכה: צוזאַמען דערמיט וואָס "תפלה למשה איש האלקים" איז אַ ברכה שלמעלה מכל מדידה והגבלה — איז זי אַ ברכה וועלכע ווערט נמשך פון משה צו יעדער איד, און אַ ברכה כללית — די ברכה אַז "תשרה שכינה במעשה ידיכם"כח.