Letter 9365
מוצש"ק ח"י אלול, ה'תשכ"ז · אין מאנטרעאל, קאנאדא, ה' עליהן תחיינה
פרויען קאמיטעט פאר חתנים און כלות
אין מאנטרעאל, קאנאדא, ה' עליהן תחיינה
האפענטליך זיינען אייערע טעטיקייטן במשך פון דעם פארגאנגענעם זמן אנגעגיינג[ע]ן לויט דער גרויסער חשיבות זייערע, און השם יתברך זאל מצליח זיין עס זאל זיין אין א שטייגענדער מאס ווי דער אנזאג מעלין בקודש, און די החלטות צופארשטארקן און אויסברייטערן אייער פראגראם אין דער צוקונפט וועט זיכעראויך פארגרעסערן די הצלחה.
בפרט אז מיר געפינען זיך יעצט אין די טעג פון אלול, וועלכע זיינעןספעציעלע סגולה-טעג אלס צוגרייטונג צום נייעם יאר, הבא עלינו ועל כלישראל לטובה, וואס די גינסטיקייט פון די דאזיגע טעג איז דערקלערט געווארןדורך דעם אלטן רבי'ן מיט דעם משל פון "מלך בשדה" - ווען א קעניג גייטארויס אין פעלד און יעדער איינער וואס וויל קען ארויסגיין באגעג[ע]נען דעםקעניג, און דער קעניג נעמט יעדן איינעם אויף מיט א ספע[צ]יעלעפריינטלעכקייט און צופרידנקייט.
דער זכות פון דער ארבעט וועט זיכער ביישטיין אלע אנטיילנעמער אוןברענגען יעדער איינער פון אייך א צוגאב פון ג-טלעכע ברכות אין אלעס איןוואס מ'נויטיג זיך.
בברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 24
- Id
- rh-4e5jc85x
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit