עברית
Library

Letter 9202

א' אלול, תשכ"ו · ברוקלין.

ב"ה, א' אלול, תשכ"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון ר"ח אלול.

בעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, צו דער ערפילונג פון אייער הארץ פארלאנג צום גוטען אין די אלע ענינים וואס איר שרייבט.

און לויט אייער בריף, איז געוויס איבעריג אונטערשטרייכען אז א צוגאב אין ענינים פון אידישקייט, תורה און מצות, בריינגט א צוגאב אין די ברכות פון השם יתברך, און אין ענינים פון גוטס און קדושה, איז דאך ווי גוט מ'איז אין דעם, קען מען שטענדיג נאך צוגעבן, וויבאלד דאס איז פארבונדען מיט השם יתברך וועלכער איז אין סופי - אונענדליך -

אויך וואלט געווען גוט מ'זאל בודק זיין - אפטשעקין - אייערע תפילין - אויב דאס איז ניט געטאן געווארען אין די לעצטע 12 חדשים - און יעדער וואכען טאג אין דער פריה, פארן אנטאן די תפילין, צו געבען אויף צדקה.

און השם יתברך וועלכער גיט אכטונג אויף יעדערן און פארזארגט עם מיט דאס וואס ער נויטיגט זיך, זאל אייך בענטשן מיט דעם וואס איר באדארפט, און זאל אייך געבען א כתיבה וחתימה טובה.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

נ.ב. צו אייער פראגע וועגען באזעצען זיך אין כפר חב"ד. - אזוי ווי לויטן פלאן, וועלען אויף דעם קומענדען ראש השנה זיין דא די פארשטייער פון כפר חב"ד, וואלט געווען ראטזאם, איר זאלט זיך טרעפען מיט זיי, און ריידין מיט זיי וואס איר ערווארט און וואס איר קענט באקומען.

איך האף אז איר ווייסט פון דער תקנה, צו זאגען יעדער טאג - אויך שבת און יום טוב - דעם שיעור תהלים חדשי, ווי דער תהלים איז פארטיילט אויף די טעג פון חדש, און אלענספאל וועט איר טאן (זיי) פון איצטער אן און ווייטער.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 24
Id
rh-4vd3sm5h

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit9202