Letter 9214
כ' אלול, תשכ"ו · ברוקלין, נ.י.
אין ענטפער אויף אייער בריף פון י"ז אלול, אין וועלכען איר שרייבט, וועגען דער פראגע און ענטפער וואס איר האט באקומען פון אייניגע פון כפר חב"ד.
והשם יתברך המשגיח על כל אחד ואחד בהשגחה פרטית ינחהו בטוב לפניו בכל המובנים.
איר שרייבט אז איר'ט א שמש בבית הכנסת בכפר, האט איר זיכער געהערט, דעם ווארט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, בנוגע צו דער וויכטיגער ארבעט פון א שמש, בנוסח קרא לשמש ויזרח אור, אל תקרי לשמש אלא לשמש, ד.ה. אז א שמש דארף ליכטיג מאכען די שול (בית הכנסת) מיט דער אמת'ער ליכטיקייט, און אויך פשוט עס זאל זיין ליכטיק, כמבואר בשו"ע, אז א בית הכנסת דארף זיין באלויכטען און אויך ריין בגשמיות איז דאס דורך געהעריגער אויפפאסונג, און ברוחניות איז דאס אכטונג געבן עס זאלען אפגעהיט ווערען די סדרים אין בית הכנסת, עס זאל שטענדיג זיין גרייט סידורים תהלים חומשים וכיו"ב.
און אין פארבינדונג מיט דעם, איז פארשטענדליך וואס אייער ארט דארף זיין און אין אן אופן איר זאלט דאס אלץ אפהיטען בשלימות, א גאנץ יאר, ועאכו"כ אין די טעג וואס פאר חדש תשרי, ימי התשובה וחדש תשרי (שכמבואר בכ"מ הוא חדש השביעי, שבע בימים טובים וימי רצון וכו'), וואס (איז) דענסטמאל איז די אחריות פון דעם שמש כמה פעמים ככה, און האפענטליך וועט איר טאן דאס אלץ אויבען געזאגטע, מתוך שמחה וטוב לבב, והבא לטהר מסייעין אותו.
בברכה לבשו"ט ולכתיבה וחתימה טובה,
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 24
- Id
- rh-hqrwkx5q
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit