עברית
Library

Letter 7086

כ"ב מ"ח, תש"כ · הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה יחזקאל ישכר שי'

ב"ה, כ"ב מ"ח, תש"כ

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה יחזקאל ישכר שי'

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון עש"ק, וועגען פארגרעסערען דעם לול.

בכלל איז א גלייכע זאך צו פארגרעסערן דעם משק בכלל, און ס'איז ניטא וואס צו שרעקען זיך, וואס מ'דארף דערוויילע לייען געלט, נאר צי דאס זאל זיין בשטח הלול אדער אן אנדער שטח דארפמען זיך מיישב זיין מיט די וועלכע קענען משער זיין די אויסזיכטען בהנוגע צו פרנסה, אין דעם שטח פון לול אדער א אנדערע מעגליכקייט פון משק.

וואס איר פרעגט, דארפמען בכלל וועלען מער פארדינען - אויף דעם איז שוין פראן א ענטפער, אז אויף צדקה גיט מען מעשר ומצוה מן המובחר איז חומש, און לויטן אגרת התשובה והקדש פון רבנו הזקן איז דאס נאך מער, איז דאך פארשטענדליך, אז ווען די מוסדות נויטיגען זיך אין א הוספה, און די נויטיקייט איז אלץ א גרעסערע, דארף דאך אלץ מער און גרעסער זיין די צדקה ובמילא - ההכנסה. און אלס צוגאב צו דעם ענין, אויך דאס וואס אנ"ש שי' דארפען זיין בהרחבה אויך בגשמיות, וועט דאס צובריינגען אויך צו א הרחבה ברוחניות, וק"ל.

און דער זכות פון אייער ארבעט אין כפר חב"ד, פאר כפר חב"ד, אשר שם צוה ה' את הברכה, און אויך אין צעירי אגודת חב"ד, זאל אייך ביישטיין צו אנזאגען גוטע בשורות בכל הנ"ל.

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 19
Id
rh-vekrnrsq

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit7086