Igros Kodesh (the Rebbe)
Letter 7144
צום יערלעכן באנקעט פון דער ליידיס
בראנזוויל און איסט ניו יארק פאר די
איך האב מיט פארגעניגען באקומען די מיטטיילונג וועגן דעם יערלעכן באנקעט וואס דארף פארקומען אי"ה דינסטאג, י"ב טבת הבע"ל.
זיכער טוען די פירערשאפט און אלע מיטגלידערינס תי' אלעס וואס איז פון זיי אפהענגיק צו פארזיכערן דעם דערפאלג פון דער אונטערנעמונג. דערמיט ווערט געמיינט ניט נאר די צוגרייטונגען צום באנקעט, נאר אויך די "איינקאסירונג" פון די גוטע - פינאנציעלע און גייסטיקע - רעזולטאטן, ווארום רעזולטאטן פון א יערלעכע אונטערנעמונג דארפן זיך פילן א גאנץ יאהר.
ווי איך האב שוין מערערע מאל אונטערשטראכן, איז היי-יאר א ספעציעלער סגולה-יאר, אזוי ווי עס ווערט 200 יאר זינט דער הסתלקות-הילולא פון דעם בעל-שם-טוב, דער גרינדער פון חסידות הכללית, און 200 יאר זינט דער אלטער רבי, דער גרינדער פון חב"ד, האט אנגעהויבן עסקנות ציבורית אויף א ברייטן פארנעם.
עס איז באוואוסט, אז נאר פאר זיין אנטפלעקונג אלס בעל-שם-טוב - האט ער אנגעהויבן זיין ארבעט צווישן אידן און מיט אידן - אלס א באהעלפער אין א חדר, כדי אפצוגעבן זיך מיט דעם חינוך פון קליינע קינדערלעך. און דערנאך האט ער גענומען אנטפלעקן - צו אלעמען און ביז צום היינטיגן טאג - דעם דרך החסידות מיט איר ווארעמקייט און ליכטיקייט, וואס איז דאן נאך ברייטער, און מיט דער גרעסטער מסירות נפש, דערקלערט געווארען און באלויכטן געווארען דורך דעם אלטן רבי'ן.
דאס איז אויך דער אינהאלט פון אייער טעטיקייט, אלס אידישע פרויען און מאמעס, צו דערציען אידישע קינדער אין לעבעדיגען ווארעמען און ליכטיגען אידישן תורה וועג, און העלפען די ישיבות "תומכי תמימים" צו דערציען די תלמידים שי' אין דעם וועג, אין דעם דרך פון בעל-שם-טוב און אלטן רבי'ן.
דער זכות פון דער דאזיקער הייליקער ארבעט וועט זיכער ביישטיין יעדער איינער פון אייך און אייערע בני-בית - שיחיו - צו הצלחה אין אלע אייערע ענינים בגשמיות וברוחניות.
בברכה צו גוטע בשורות אין דאס אלעס אויבן געזאגטע,
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 19
- Id
- rh-efv1z8nr
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit