עברית
Library

Letter 7132

כ"ט כסלו, תש"כ · ברוקלין.

ב"ה, כ"ט כסלו, תש"כ

ברוקלין.

ברכה ושלום!

נאך א ליינגערן איבעררייס, איז אנגעקומען אייער בריף פון י"ז כסלו, און איך האף אז די קומענדע בריף וועלען זיין אין אן אופן לויט די אנווייזונג פון די חנוכה טעג, וואס מ'דארף צוגעבען אין ליכטלעך און ליכטיקייט, וואס דער פנימיות'דיקער תוכן אין דעם איז לויט דעם פסוק, כי נר מצוה ותורה אור, און אזוי זאל אויך זיין אין אייערע פרטיות'דיקע ענינים, און אויך אין דער ארבעט פון שטארקען און פארשפרייטען אידישקייט און חסידות בפרט, אויך אין א אופן מוסיף והולך מוסיף ואור.

און ניט קוקענדיג אויף אלע שוועריקייטען, איז זיכער אז אויך אויף דעם איז געזאגט געווארען, אין לך דבר העומד בפני הרצון, אמת, עס פאדערט זיך אנשטריינגונג, אבער מ'זעט דאס אין די לעצטע יארען, אז מ'איז מצליח אין דעם מערער ווי מ'האט זיך פארגעשטעלט (וואס זיכער האט איר דאס געזעהען אין אייער ארבעט, און אויך אייער מאן הרב שי' אין זיין ארבעט, און אזוי איז דאס אויך אין יעדער ארט).

און ווי מיר האבען געהערט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר, אז א סאלדאט גייט אין מלחמה, גייט ער מיט א פרייליכען נצחון מארש, וואס דאס מאכט מעגליך פארגרעסערען דעם נצחון און מאכט אויך נאהנטער דעם נצחון, אזוי אויך אין דאס אויבען געזאגטע, ווען איר און די אלע וועלכע טוען די ארבעט, וועלען גיין מיט שמחה און זיכערקייט אין דעם נצחון פון דער ארבעט, וועט דאס קומען גרינגער פריער און אין א גרעסערע מאס...

און דער עיקר איז צו שטארקען זיך אין בטחון, אז חסידות וועט אויספירן אומעדום און אויך אין... און דעריבער איז דאך אשרי חלקם וואס איר טוט אין דער ארבעט, און טאן דאס בשמחה ובטוב לבב, ווי עס פאדערן דאס רבותינו נשיאינו פון יעדער איינעם.

בברכה לבשורות טובות בכל האמור.

נצחון מארש: ראה גם לעיל חי"ז אגרת ו'רלח, ובהנסמן בהערות שם.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 19
Id
rh-2w5ytk8d

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit7132