עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 7354

ב"ה, ה' פרשת עלי באר ענו לה, ה'תש"כ

ברוקלין, נ.י.

200 - טער יאר פון הסתלקות הילולא

פון בעש"ט ז"ל

אגודת נשי ובנות חב"ד סניף...

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

מיט דער דערנעהנטערונג פון דער צייט, ווען עס ווערט אין די שולעס פארענדיקט דער לערנען פון די קינדער, און אין צוזאמענהאנג מיט דעם קומט אויך אן ענדערונג אין דער הויז איינשטעלונג און פירונג.

וויל איך האפען, אז באצייטענס ווערט צוגעגרייט די ארבעטס פראגראם פון אגודת נשי ובנות חב"ד, צוגעפאסט לויט די אויבען געזאגטע ענדערונגען, סיי פאר די וועלכע זיינען אנגעשלאסען און טעטיג אין דער ארבעט, סיי פאר די נשי ובנות ישראל וועלכע ווייסען ניט פארלויפיג וועגען דעם, אדער ווייסען ניט אין א גענוגענדער מאס.

און מ'זעט דאך בעשיינפערליך, אז ארבעט לויט א פראגראם פון פריער צוגעגרייט, האט מער הצלחה, סיי אין פארנעם און סיי אין פארטיפונג פון דער ארבעט.

קומענדיג פון ראש חדש תמוז און געפינענדיג זיך געציילטע טעג פאר דעם חג הגאולה - באפרייאונגס יום טוב - פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע נשיא דורנו, י"ב-י"ג תמוז הבע"ל, וועט דאס זיכער צוגעבען אין דער ווארימקייט און איבערגעגעבענהייט צו דער ארבעט, און דאס וועט נאך מער צוגעבען אין דער הצלחה און אויך אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין די פערזענליכע ענינים פון די חברות מיט זייערע משפחות - שליט"א.

און השם יתברך זאל העלפען עס זאל זיין, לויט דער אנווייזונג פון דער באוואוסטער תורה פון מורנו הבעל שם טוב ז"ל, אויף דעם פסוק: כי תראה חמור, - געמיינט, צוקוקען זיך צו די אייגענשאפטען פון דעם חמור, חומר - דעם גוף - און קומען צום באשלוס, אז - עזוב תעזוב עמו - דינען השם יתברך מיטן גוף און זיינע ענינים צוזאמען.

און ווי ערקלערט אויספירליך אין מערערע ערטער בתורת חסידות חב"ד, פון כ"ק רבנו הזקן ביז כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, דארף דאס געטאן ווערען, בשמחה ובטוב לבב - מיט פרייד און גוטע שטימונג.

מיטן וואונש פון הצלחה אין דעם אלעם אויבענגעזאגטן, און אין ערווארטונג פון גוטע בשורות אין דעם, ובברכת חג הגאולה

מ. שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 19
Id
rh-q5rm490x

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit7354