עברית
Library

י"ט כסלו תש"ז

96

טז. אַמד טובה טאָן אַ אידן בגשמיות איז העכער ווי פאַרשטיין אַ טיפן ענין אין לערנען, און מכל שכן אַז מען טוט אַ אידן אַ טובה אין רוחניות, אין עסק התפלה און דרכי החסידות והחסידים און אהבת ישראל.

עס איז ידוע וואָס דער בעש"ט האָט געמאָנט אהבת ישראל, אַז אפילו אַ אידן וואָס מען האָט קיינמאָל ניט געזען זאָל מען אויך ליב האָבןמה און טאָן לטובתו מיט אַ פנימיות'דיקער איבערגעגעבנ­קייט.

פון אַ לב שמח מיט וואָס אַ איש פשוט איז מקיים אַ מצוה אָדער הנהגה טובה האָט דער אויבערשטער מער נחת ווי פון חכמה דאצילות, און דורך דעם איז מען מעלה אצילות העליוןמו.

יז. מען האָט גערעדטמז אַז — צווישן יו"ד און י"ט כסלו איז די לידה. די התחלה איז פון יו"ד — י"ט כסלו איז דער ברית. ביי אַ ברית זאָגט מען: זה הקטן גדול יהי', דורך וואָס ווערט די הגדלה דורכן דאַוונען. עס איז שוין צייט צו ווערען גדולים, אַרויס פון די קטנות.

געלויבט השי"ת עס איז שוין זעכציק יאָר אַז איך האָב געזען בעלי עבודה חסידים. עס זיינען געווען בעלי עבודה מיט אַ הקדמה און אָן אַ הקדמה, אָבער אַלע אַן אַ קנאַק מיטן פינגערמח, אָן התפשטות, אָן רעש.

חסידים פלעגן גיין פאַרן דאַוונען אין וואַסער, ניט נאָר צוליב אַ טבילה המוכרחת על פי נגלה, נאָר צוליב אַ טהרה פנימיתמט מיט אַ בקשה להשי"ת ער זאָל רחמנות האָבן און זאָל אים געבן אַ געפיל אין עבודת התפלה בכלל און אין תיקון המדות בפרט.

יח. ביי חסידי חב"ד איז באַקאַנט אַ גאָר אַלטער עבודה וואָרט: השי"ת זאָל געבן אַ לב טוב טאָן אַ טובה דעם צווייטן און מען זאָל אויף זיך ניט פאַרגעסן.

יט. אין יעדער ענין, הן אין עבודה פון לימוד התורה און הן אין עבודת התפלה, איז פאַראַן דער עיקרא ושרשא דכולא, און אַזוי איז אויך אין עבודת חסידות חב"ד פאַראַן דער עיקרא ושרשא דכולא.

דער גאַנצער ענין השכלה און השגה אין חסידות איז צוליב דעם אַז עס זאָל

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-dqhgg5nc

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources