עברית
Library

י"ט כסלו תש"ז

95

אויסבריען ברותחין און אויסוואַשן, ביז עס בלייבט ניט קיין זכר פון דעם פריערדיקן לא טוב, און עס ווערט כולו טוב באמת.

אין די שיחות הקודש פון הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, הן אין די שיחות ברבים און הן אין די שיחות פרטיות וואָס ער האָט מיך מזכה געווען, איז דער אור החיים געווען אַז חסידי חב"ד מדור דור האָבן געלעבט אין עבודת התפלה, מיט דעם זיינען זיי געגאַנגען אין מאַרק, געליען אַ גמ"ח דעם צווייטן, זייער גאַנצער מהות איז געווען עבודת התפלה.

דער אויבערשטער זאָל העלפען מען זאָל זיין געזונד אין גשמיות וועט מען ממילא זיין געזונד אין רוחניות.

טו. איינער פון די יסודות עיקרים אין דרכי חסידי חב"ד איז געווען אַז מען איז געקומען צום רבי'ן האָט מען גענומען אַ חיזוק אין עבודה בפועל אין דרכי החסידות, אפילו גאָר גאר פשוט'ע אידן חסידים האָבן מקבל געווען אַ חיות אין דרכי עבודה ופועלמב, און אָט דער דרך האָט די גאָר גאר פשוט'ע אידן שטאַרק אויפגעהויבן און אַוועקגע­שטעלט אין לעילא­ולעילא'דיקן מקום און מדריגה חשובה באמת.

חסידים, הן חסידי חב"ד און הן חסידי חג"ת, האָבן מיט אַ בעזונדער חסיד'ישער אהבה און גוטברודערשאפט מחבב געווען און מייקר געווען די חסידים וואָס פאָרן צו רביים. און אַז אַ חסיד פלעגט קומען פון רבי'ן, בלא פלוג צי אַ חב"ד צי אַ חג"ת חסיד, און בלא פלוג פון דעם מהות עצמו פון דעם חסיד, צי אַ למדן צי אַ איש פשוט, איז דער חסיד האורח פלעגט זיצן בראש החבורה און דערציילן וואָס ער האָט געזען ביי דעם רבי'ן אין עניני חסידות ועבודה, און חסידים — רבנים לומדים, מלמדים בני תורה ועבודה — האָבן זיך משתתף געווען אין דער מסיבה.

אין יעדער חסיד לפי מהותו האָט די נסיעה צום רבי'ן פועל געווען אַ פעולה פנימית לפי מהותו, און יעדער לפי ענין מהותו איז געווען אַ עובד ה' מיט אַ חיות פנימי, און דאָס האָט אין יעדער חסיד גע'פועל'ט אַ עילוי, און אַזוי זיינען אַלע חסידים עובדים געוואַקסן מדרגא לדרגא.

אַמאָל איז געקומען אַ פּאָלאָצקער קרעמער, אַ איש פשוט, צום עלטער זיידן, הרה"ק צמח צדק, האָט דער רבי געזאָגט צו זיין זון הרה"ק מוהר"ש ער זאָל פרעגן ווער ער איז, ווען הוד כ"ק הרה"ק מוהר"ש האָט אים געזאָגט ווער דער איד איז, איז כ"ק הרה"ק צמח צדק שטאַרק פאַרוואונדערט געוואָרן און געזאָגט כמה גדול כחה של עבודה בפועל מיט אַ אמתמג.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-v2xa59s8

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources