לקוטי שיחות
הוספות - מכתבים כלליים לראש השנה ג
458ב"ה, יום שני פ' אתם נצבים היום כולכם,
ח"י אלול, ה'תשל"ו.
ברוקלין, נ.י.
אל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
דער חודש אלול איז, ווי באַוואוסט, דער חודש פון חשבון־צדק פאַר דעם פאַרגאַנגענעם יאָר, און צוגלייך דער חודש פון הכנה, צוגרייטונג, צום נייעם יאָר — וואָס דאָס איז דאָך אויך אַ תכלית פון דעם חשבון־צדק: ניט נאָר צו טאָן און משלים זיין (דערגענצען) דאָס וואָס מ'האָט פאַרפעלט, נאָר אויך — צו וויסן און באַשליסן מיט דער נויטיקער שטאַרקייט וועגן דער טאָג טעגליכער אויפפירונג אַ גאַנץ יאָר וואָס וועט מאַכן דעם נייעם יאָר פאַר אַ שנה טובה ומתוקה ברוחניות, ובמילא וועט עס זיין אַ שנה טובה ומתוקה בגשמיות.
אין דעם חודש אלול גופא, קומט דער טאָג פון ח"י אלול און ברענגט אַ ספּעציעלע דערמאָנונג, ערמוטיגונג און אויך אַ ווענדונג אין די צוויי ענינים פון חשבון און הכנה: פון דעם טאָג הויבן זיך אָן די לעצטע 12 טעג פון יאָר, און דעריבער דאַרף דער חשבון זיין נאָך מער פנימיות'דיקער און אַרומנעמען די אַלע חדשים פון יאָר — יום לחודש, אַ טאָג פאַר יעדן חודש, און זייער אָנהייבס איז חי*) אלול. אויך — לויט דער ערקלערונג פון רבותינו נשיאינו — איז דער טאָג ח"י אלול דאַרף אַריינבריינגען חיות, לעבעדיקייט, אין דער עבודה פון גאַנץ חודש אלול אין אַלע אירע פרטים, ובכלל — אין די ענינים פון חשבון און פון הכנה.
459אייגענטלעך וואָס איז שייך לעבעדיקייט אין אַן ענין פון אַ חשבון צדק וואָס האָט צו טאָן מיט „טרוקענע" פאַקטן? נאָר
עס איז באַוואוסט די הוראה, אַז אַזוי ווי מ'דאַרף ניט פאַרגעסן די אייגענע חסרונות, כדי זיי אויסצובעסערן ובשלימות, אַזוי דאַרף מען אויך ניט פאַרגעסן די אייגענע מעלות, כדי זיי אויסצונוצן אין דער פולסטער מאָס,
כדי דאָס זאָל אָפּגעטאָן ווערן כדבעי לי' למיעבד — אין דער גרעסט מעגליכער מאָס — מוז עס געטאָן ווערן מיט אמת'ער לעבעדיקייט.
אַ חשבון צדק פון די חסרונות קען אַ מאָל בריינגען צו אפהענטיקייט, אָדער נאָכמער, צו יאוש. אַ חשבון צדק פון די מעלות קען בריינגען צו זעלבסט־צופרידנקייט מיט דעם אויספיר אַז ער האָט שוין דערגרייכט דעם מצב פון זיין שלימות.
דער סימן און אויפטו פון לעבעדיקייט אָבער איז — וואַקסן
און ניט נאָר דער וואַקסן פון אַ צומח, אין זעלבן אָרט (און מצב), נאָר פון אַ חי — אַריבערגיין אין אַן אָרט וואָס איז בעסער פון זיין אָרט ביז איצט,
און ניט נאָר בייטן זיין אָרט, נאָר וואַקסן אין בייטן זיך אַליין, זיין טבע, געוויינהייטן און זיין גאַנצן מהות, פון גוט צו נאָך בעסער און נאָך בעסער — אמת'ע לעבעדיקייט פון אַן אידן וואָס איז אָנגעזאָגט געוואָרן לשנות טבע מידותיו.
און דער כח אויף צו דערגרייכן דאָס אַלעס איז געגעבן געוואָרן יעדער אידן, צו „כולכם" פון ראשיכם שבטיכם ביז חוטב עציך ושואב מימיך,
וואָרום יעדן'ס לעבעדיקייט נעמט זיך און איז שטענדיק פאַרבונדן מיט, ווי תורה זאָגט: ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כולכם היום — זייענדיק460אינגאַנצן צוגעטראָגן צו ג־טלעכקייט, דער מקור פון לעבן און לעבעדיקייט, דורך תורת־חיים און אירע מצות, וחי בהם.
און מ'זעט באַשיינפערלעך, אַז יעדע זאַך וואָס ווערט געטאָן מיט לעבעדיקייט, ווערט דאָס דערגרייכט מיט מער הצלחה און מיט מער שלימות. און — וואָס איז ניט ווייניגער וויכטיג — אַזאַ פּעולה מאַכט דעם געהעריגן רושם אויף אַנדערע, צו ווערן מיטגעצויגן אין דעם זעלבן גייסט, וואָרום די בעסטע השפּעה איז אַ לעבעדיגער ביישפּיל.
ויהי רצון, אַז יעדער איינער און איינע זאָל אויסנוצן די גרויסע געלעגנהייט פון די לעצטע טעג פון יאָר, און אויך דערנאָך אין די אַלע טעג פון דעם קומענדן יאָר — מיט אמת'ר לעבעדיקייט אין דער פולסטער מאָס, ווי אויבן דערמאָנט,
און דאָס זאָל בריינגען יעדן איינעם און איינע, בתוככי כלל ישראל, אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה, לחיים טובים ולשלום,
ביז צו ביאת משיח צדקנו, ווען ס'וועט מקויים ווערן די ־טלעכע הבטחה: תרוממנה קרנות צדיק, בקרוב ממש.