לקוטי שיחות
לך לך
15לך לך
אין דעם ענין פון דער ירידה פון דער נשמה למטה אין אַ גוף, געפינט מען צוויי קעגנזאַצן א) „על כרחך אתה חי"ח) (קעגן דיין ווילן לעבסטו), ווייל דאָס לעבן פון דער נשמה אין אַ גוף איז אַ צוואַנג־זאַך פאַר דער נשמה. וואָרום די נשמה — איידער זי נידערט אַראָפּ אין אַ גוף — איז חצובה מתחת כסא הכבוד) (אויסגעהאַקט פון אונטער דעם כסא הכבוד) און דאָס איז ערשט די נידעריקע מדריגה אין דער נשמה. און עס איז פאַראַן אַ העכערע מדריגה אין דער נשמה, ווי זי איז אין דער בחינה פון „טהורה היא", און נאָך העכער.
ווייל דער אַראָפּגיין אויף דער וועלט איז פאַר דער נשמה אַ גרויסע ירידה, און בפרט ווי דער16רבי ברענגט אין אַ שיחה) אַז איידער די נשמה קומט אַראָפּ למטה ווייזט מען איר דעם גן עדן מיטן גיהנם, כדי זי זאָל וויסן וואָס זי האָט צו טאָן אויף דער וועלט, דעריבער איז דער אַראָפּנידערן פון דער נשמה צו באַלעבן אַ גוף אַ געצוואונגענע זאַך ביי דער נשמה — על כרחך אתה חי.
ב) פון דער צווייטער זייט אָבער, איז ניט קוקנדיק וואָס די ירידה איז אַזוי גרויס, קומט די נשמה, דוקא דורך דער דאָזיקער ירידה, צו אַ מדריגה וועלכע איז נאָך העכער ווי זי איז געווען פריער, ווי דער באַוואוסטער מאמרח) ירידה צורך עליה.
ג. די דאָזיקע צוויי ענינים זיינען מרומז אין דעם פּסוק לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך אל הארץ אשר אראך.
„מארצך" מיינט ווי די נשמה שטייט אין דער בחינה פון רצון העליון, וואָס דאָס איז העכער פון דעם וואָס עס שטייט אין תניא (פרק ב) אז די נשמה נעמט זיך פון חכמה עילאה וואָס „הוא וחכמתו אחד" (דער אויבערשטער און זיין חכמה זיינען איינס) וואָרום רצון איז העכער פון חכמהז).
— דאָס איז אויך דער ענין וואָס ער זאָגט אין תניא (פּרק לב) „שכולן מתאימות, ואב אחד לכולנה", כולן מתאימות (אַלע זיינען גלייך) — דאָס איז מצד דער בחינה פון רצון, ואב אחד לכולנה (זיי האָבן אַלע איין פאָטער) — מצד דער בחינה פון חכמה. —
„וממולדתך ומבית אביך" — איז ווי די נשמה שטייט אין די ספירות חכמה און בינה. „לידה" (געבורט) איז דאָך פון „אב ואם" (פאָטער און מוטער), וואָס חכמה איז „אב" און בינה איז „אם".
מולדתך — איז ווי די נשמה שטייט אין ספירת החכמה, און בית אביך איז ווי די נשמה שטייט אין דער ספירה פון בינה, וואָרום אב, ווי געזאָגט, איז חכמה, אָבער „בית אב" אַ בית און אַ כלי צו אב — איז בינה.
אויף אַן אַנדער אופן קען מען זאָגן? מולדתך — איז כולל ביידע ספירות חכמה ובינה וועלכע זיינען מוליד. בית אביך איז ווי די נשמה געפינט זיך אין ספירת המלכות.
און אין אַ נידעריקערן אופן: מארצך, ממולדתך, מבית אביך — מיינט דאָס, בינה, ז"א ונוק').
די דריי אויבן־דערמאָנטע מדריגות אין נשמה זיינען אויך פאַראַן ווי זיי זיינען אין דעם סדר העולמות: מארצך — ווי די נשמה שטייט נאָך העכער פון עולם האַצילות. מולדתך — ווי די נשמה שטייט אין עולם האַצילות, וואָרום דער שורש פון אַלע נשמות איז אין אַצילותי), וואָס אין אַצילות בכלל איז מאיר חכמה —17דער יו"ד פון דעם שם הוי'יא). בית אביך איז די נשמה ווי זי קומט אַראָפּ אין עולם הבריאה, וואָס דאָרט לייכט ספירת הבינהיח), און מלכות דאצילות ווערט כתר דבריאהיח).
און דאָס זאָגט מען צו דער נשמה; לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך, אַז זי זאָל אַראָפּגיין פון איר שורש און מקור אין די אַלע אויבן־ערמאָנטע דרגות, ביז — „אל הארץ אשר אראך" — אָנטאָן זיך אין אַן ערדיש־גשמיות'דיקן גוף, ווייל דוקא אין דעם דאָזיקן גשמיות'דיקן קערפּער וועט זי צוקומען צו דער הויכער עליה.
אין די ברכות השחר זאָגט מען „נשמה שנתת בי טהורה היא כו' ואתה משמרה בקרבי". „טהורה היא" מיינט די נשמה ווי זי איז אין עולם האַצילות, „שנתת בי" איז נאָך העכער, און פונדעסטוועגן נידערט זי פון דאָרטן אַראָפּ צו „בראתה" — עולם הבריאה, „יצרתה" — עולם היצירה ביז צו „נפחתה בי" אין דעם גשמיות'דיקן גוף, און דוקא דורך דעם „נפחתה בי" דערגרייכט זי צו „ואתה משמרה בקרבי" — וואָס קומט פון אַ שורש וועלכער איז נאָך העכער פון „טהורה היא" און אַפילו פון „שנתת בי", וואָרום שומר (דער וואָס היט) — איז דאָך שטאַרקער פונם נשמר (ווער עס ווערט געהיט).
און דאָס מיינט „אל הארץ אשר אראך" — וואָס איך עצמות (דער אויבערשטער) אַליין וועל דיר ווייזן — ווייל דוקא דאָ למטה אויף דער וועלט קען מען נעמען עצמות, ווי עס שטייט אין תניא פרק ד' אַז לית מחשבה תפיסאָ בי' כי אם כאשר תפיסא ומתלבשת בתורה ומצוותי*) (קיין מחשבה קען אים ב"ה ניט באַנעמען סיידן ווען זי ווערט אָנגעטאָן אין דער תורה און אירע מצוות), וואָס זיי זיינען „לא בשמים"יד) (ניט אויפן הימל), נאָר דוקא אין עולם הזה הגשמי.
ד. איז נאָכדעם ווי די נשמה האָט דורכגעפירט דעם לך לך מארצך מלמעלה למטה און זי איז אַראָפּ פון אירע אַלע הויכע דרגות און איז אַריין אין דעם גוף גשמי, באַקומט זי דעם כוח דורכצופירן דעם „לך לך מארצך גו' אל הארץ אשר אראך" לויט דעם צווייטן פּירוש ווי דאָס איז מלמטה למעלה (פון אונטן אַרויף־
דער יצר הרע קומט דאָך אַריין אין דעם מענטשן דער ערשטער — אקדימא טעניתי', משעה שננער לצאת ממעי אמויח) (פון דער מינוט וואָס דאָס קינד גייט אַרויס פון דער מוטערס טראַכט). דאַרף מען דאָך האָבן כוחות צו שטאַרקן זיך איבער אים. איז בשעת די נשמה קומט אַראָפּ דאָ למטה, גיט מען איר דעם דאָזיקן כוח זי זאָל קענען אַרויסגיין „מארצך" — לשון רצהי) — פון די רצונות פון נפש הבהמית. וממולדתך — פון זיינע הנחות וועלכע נעמען זיך פון דעם נאַטור־וועלטלעכן שכל און פון זיינע וועלטלעכע מדות. ומבית18אָביך — פון אַזעלכע ענינים וועלכע נעמען זיך ביי אים פון די ניט געהעריקע דערציאונג און געוואוינהייטיח) — איז אָט פון די אַלע זאַכן זאָל ער אַרויסגיין, און זאָל גיין — „אל האָרץ אשר אראך" — אין שול און אין בית המדרש, וואָס דאָרטן הערשן די רצונות פון נפש האלקית, און דאָס וועט מבטל זיין די נאַטירלעך־וועלטלעכע רצונות, די הנחות פון דעם נאַטו־וועלטלעכן שכל און די נאַטור־וועלטלעכע מידות און געוואוינהייטן פון נפש הבהמית.
ה. נאָכדעם ווי די נשמה האָט דורכגעטאָן דעם דאָזיקן ענין אין עבודה — זי איז אַרויס פון דעם ארצך, מולדתך און בית אביך פון דעם נפש הבהמית, מאָנט מען ביי איר אַ העכערע עבודה — אַרויסגיין פון דעם ארצך, מולדתך און בית אביך, אפילו פון דעם נפש האלקית.
מארצך — פון די רצונות פון נפש האלקית, ממולדתך — פון חכמה פון נפש האלקית, ומבית אביך — פון התבוננות פון קדושה — אל הארץ אשר אראך — צוקומען צו אַ מדריגה וואָס איז העכער פון טעם ודעת, צו דער הנחה און צו דער ראי' פון חכמה — פנימיות אבא — וואָס דאָס איז העכער פון שכל, אפילו פון שכל דחכמה.
**
ו. דער רבי דער שווער האָט פיל מאָל גערעדט וועגן דעם, אַז אַ איד איז פאַרבונדן מיט תורה, און דאָס וואָס תורה איז איינגעטיילט אין באַזונדערע סדרות, מיינט דאָס אַז פון דער סדרה וואָס מען לייענט יעדע וואָך, קען מען נעמען אָנווייזונגען ווי אַזוי זיך צו פירן אין די געשעענישן וועלכע קומען פאַר אין דער וואָך.
ז. דער אינהאַלט פון דער היינטיקער סדרה איז, דער סיפּור וועגן דעם געבורט פון ישמעאל'ן און יצחק'ן.
מענטשן האָפן דאָך אַז זייערע קינדער וועלן פאָרזעצן זייערע ענינים. דערציילט די סדרה אַז דער אויבערשטער האָט געגעבן אברהם'ען צוויי קינדער — פריער ישמעאל און דערנאָך יצחק.
בשעת דער אויבערשטער האָט צוגעזאָגט אברהם'ען אַז ביי אים וועט געבאָרן ווערן יצחק, האָט ער שוין געהאַט ישמעאל'ן. האָט אברהם אבינו געזאָגט צום אויבערשטן; לו ישמעאל יחי' לפניך (הלואַי זאָל כאָטש ישמעאל לעבן פאַר דיר). ד. ה. אַז ער וואָלט געווען צופרידן אַפילו אויב יצחק וועט ניט געבאָרן ווערן, אַבי אַז ישמעאל וועט לעבן לפניך, וועט זיך אויפפירן ווי מען דאַרף און ער וועט גיין אין דעם אויבערשטנס דרכיםכח).
אויף דעם האָט אים דער אויבערשטער געענטפערט: ניין, ביי דיר וועט דוקא געבאָרן ווערן יצחק, דאָס איז דיין אמת'ער נחת. דאָס וואָס דו בעטסט וועגן ישמעאל'ן, איז „ולישמעאל שמעתיך" — פון אים וועסטו אויך האָבן נחת, אָבער ניט דערמיט קענסטו זיך באַנוגענען, נאָר דוקא „ביצחק יקרא לך זרע".
19ח. אברהם אבינו איז דאַן אַלט געווען 99 יאָר. צענדליקער יאָרן האָט ער געדינט דעם אויבערשטן און דורכגעגאַנגען אַ סך נסיונות. איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז אברהם אבינו האָט געהאַט דעם אמת'ן באַגריף וואָס עס מיינט נחת פון קינדער. ווען ער האָט געבעטן „לו ישמעאל יחי' לפניך" האָט ער דאָך געמיינט אַז ישמעאל זאָל גיין אין די וועגן וועלכע ער — אברהם — וועט אים אָנווייזן, ביז ער וועט קענען האָבן פון אים אַזאַ נחת לויט דעם באַגריף ווי אַברהם אבינו פאַרשטייט. און פונדעסטוועגן זאָגט אים דער אויבערשטער אַז נאָך אַלעם דעם איז דיין אמת'ן נחת וועסטו האָבן פון יצחק'ן דוקא.
ישמעאל'ס מאַמע, הגר, דערציילט דער מדרשי), איז געווען זייער אַ פרומע. אויף אַזוי ווייט, אַז אירע אויפפירונגען האָבן זיך צוגעפּאַסט צו דער עבודה פון בית המקדש, און דערפאַר ווערט זי אָנגערופן מיטן נאָמען קטורהכ).
זי האָט אויך געהאַט מסירת נפש, ווי חכמינו ז"ל דערציילן אונזכא), אַז הגר איז געווען די טאָכטער פון פּרעה מלך מצרים — אַ קייסער אין איינער פון די מעכטיקסטע מלוכות אין יענער צייט — און פונדעסטוועגן האָט זי איינגעוויליקט אַוועקצוגיין פון דעם קעניגלעכן פּאַלאַץ און ווערן אַ דינסט ביי שרה'ן, אַבי צו זיין ביי אברהם'ען אין הויז.
איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז אויך איר זון ישמעאל'ן האָט זי דערצויגן אין דעם וועג.
דאָס אַלץ גיט אונז מער צו פאַרשטיין פאַרוואָס אברהם האָט זיך געוואָלט באַנוגענען מיט ישמעאל'ן אַליין, האָפנדיק אַז ער וועט פון אים האָבן פולקאָמען נחת. פון דער צווייטער זייט אָבער, איז לויט דעם, נאָך שווערער צו פאַרשטיין פאַרוואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט אַז דוקא ביצחק יקרא לך זרע.
ט. דער אונטערשייד פון ישמעאל'ן מיט יצחק'ן איז געווען; ישמעאל'ס געבורט איז געווען אויף אַ נאַטירלעכן אופן, ניט דורך נסים, אָבער יצחק'ס געבורט איז געווען דורך נסים. אויף אַ נאַטירלעכן אופן איז אוממעגלעך געווען אַז אברהם און שרה זאָלן, אין זייער עלטער, האָבן אַ קינד. קיינער האָט ניט געגלויבט אַז עס קען פּאַסירן אַזאַ זאַך, און אפילו אברהם אבינו אַליין האָט אויך ניט געגלויבט אַז ער איז ווערט אַז דער אויבערשטער זאָל אים ווייזן אַזעלכע נסים.
צוליב דעם איז אויסגעקומען נאָך אַן אונטערשייד צווישן ישמעאל'ן מיט יצחק'ן — דער ענין פון ברית מילה, די איינציקע ספּעציעלע מצוה, דורך וועלכער מען האָט דאַן (פאַר מתן תורה) געהאַט אַ פאַרבונד מיטן אויבערשטן.
ישמעאל האָט זיך גע'מל'ט צו דרייצן יאָר. בשעת מען ווערט אַלט דרייצן יאָר ווערט מען אַ בר שכל, דערפאַר ווערט מען דעמאָלט מחוייב אין מצוותיח) ווייל מען קען זיך שוין20דאַן פאַרלאַזן אויף דעם מענטשנס אויפפירונג. איז מיט זיין שכל האָט ישמעאל מסכים געווען צו פאַרבינדן זיך מיטן אויבערשטן — האָט ער זיך דאַן גע'מל'ט.
יצחק'ן האָט מען גע'מל'ט ווען ער איז אַלט געווען אַכט טעג. ביי אַ קינד פון אַכט טעג איז ניט שייך צו פרעגן. און פונדעסטוועגן האָט מען אים נאָך זייענדיק אַ קינד פאַרבונדן מיטן אויבערשטן, און מיט אַזאַ סאָרט פאַרבונד וואָס מען קען קיינמאָל ניט אָפּווישן און אָפּמעקן — אַן אייביקער פאַרבונד, „ברית עולם" — ווי דער פּסוק רופט עס אָן.
י. איז לויט די אויבן־דערמאָנטע צוויי אונטערשיידן צווישן ישמעאל'ן און יצחק'ן; א) יצחק'ס איבערנאַטירלעכער, נסים'דיקער געבורט אין קעגנזאַץ צו ישמעאל'ס נאַטירלעכן געבורט, און ב) יצחק'ס פאַרבונד מיטן אויבערשטן אויף אַן אופן וואָס איז העכער פון שכל, בשעת ישמעאל'ס פאַרבונד איז געווען על פּי שכל — וועט מען אויך פאַרשטיין, פאַרוואָס אברהם אבינו'ס אמת'ער נחת איז דוקא פון יצחק'ן.
אַ קינד ווערט געבוירן און וואַקסט אויס אונטער דער השגחה פון די עלטערן, אויסגעהיט פון יעדן ווינטל, מען דערציט אים ער זאָל האָבן דעם ריכטיקן פאַרשטאַנד, און מצד זיין ריכטיקן פאַרשטאַנד פאַרבינדט ער זיך מיטן אויבערשטן — דאָס איז דער דרך פון ישמעאל'ן. ער האָט זיך געהאָדעוועט ביי אברהם אבינו אין הויז, איז מצד דער דערציאונג וואָס ער האָט באַקומען, האָט ער געהאַט דעם ריכטיקן שכל און פאַרשטאַנען אַז מען דאַרף זיך פאַרבינדן מיטן אויבערשטן.
אָבער קיין זיכערקייט אין דעם האָט מען ניט, ווייל די גאַנצע אידישקייט נעמט זיך בלויז פון שכל, פון פאַרשטאַנד, קען מען ניט וויסן וואָס עס וועט זיין אויב עס קומט אַ וועלכע ס'איז ענדערונג אין זיין לעבן. נאָך מער; אַפילו איידער עס קומט נאָך די ענדערונג, קען מען אויך ניט וויסן אויף ווי ווייט עס וועט זיין ביי אים אידישקייט, אויף דער גאַנצער פולער מאָס אָדער בלויז באַגרענעצט לויט דער איינשטימונג פון זיין פאַרשטאַנד.
און דערפאַר איז אויך ביי ישמעאל'ן — ווען עס האָט נאָר אָנגערירט זיין ירושהכח), האָט מען אים שוין ניט געקענט האַלטן ביי אברהם'ען אין הויז, און דער אויבערשטער האָט געהייסן אים אַרויסטרייבן, וואָרום — „ביצחק יקרא לך זרע"44)).
דער אויבערשטער האָט אָנגעדייט; בשעת מען גייט אויפשטעלן אידישע דורות, קען מען ניט צוגיין דערצו לויט דער מאָס פון נאַטור. דער גאַנצער קיום און ענין פון אידן איז העכער פון נאַטור. ביי אידן איז באַלד פון געבורט אָן, הויבט מען אָן מיט נסים, ניט רעכענענדיק זיך מיט נאַטור.
דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו אברהם'ען; דעם אמת'ן אידישן נחת קען מען האָבן דוקא פון אַזאַ קינד וואָס זיין געבורט און זיין גאַנצער לעבן באַלד פון געבורט אָן איז אויף אַ ־טלעכן אופן, און ווען ער איז21אַ קינד פון קוים אַכט טעג — ד. ה. באַלד ווי עס איז פאַראַן די ערשטע מעגלעכקייט דערצו — פאַרבינדט מען אים מיט דעם אויבערשטן, און מיט אַ ברית עולם — אַן אייביקן פאַרבונד, כאָטש ער פאַרשטייט נאָך גאָרניט און מען קען נאָך ביי אים ניט פרעגן.
ביי אַזאַ קינד וועט די אידישקייט זיין ניט בלויז לויט זיין שכל, נאָר מיט מסירת נפש, און מען וועט פון אים האָבן דעם אמת'ן אידישן נחת.
יא. תורה איז ניט חס ושלום קיין „היסטאָריע־בוך", תורה איז אייביק די ראי' איז פון דעם וואָס יעדן יאָר הויבט מען אָן נאָכאַמאָל צו לייענען די תורה פון בראשית. דאָס הייסט אַז דאָס וואָס די תורה דערציילט אונז, זיינען דאָס אָנווייזונגען אין יעדער צייט און אין יעדן אָרט, ווי אַזוי אַ איד דאַרף זיך אויפפירן ביי זיך אין הויז, אין געזעלשאַפט און אין דער קהילה.
אַזוי איז אויך די דערציילונג פון דער דאָזיקער סדרה אַן אָנווייזונג אין לעבן בכלל און אין אידישער דערציאונג בפרט, וואָס דאָס איז דער עיקר־פּנקט.
יב. פאַראַן אַזעלכע וואָס מיינען אַז דער סדר אין דערציאונג דאַרף זיין צו וואַרטן ביז דאָס קינד וועט אויסוואַקסן און וועט אַליין פאַרשטיין מיט זיין שכל ווי זיך אויפצופירן, האָפנדיק אַז וויבאַלד דאָס זיינען דאָך בני אברהם יצחק ויעקב וועלן זיי אַליין צוקומען צום באַגריף פון אידישקייט.
האָבן מיר אַן אָנווייזונג אין דער דאָזיקער סדרה; אויב מען זאָל גיין לויטן מענטשלעכן שכל, איז וויפל מען זאָל זיך ניט אָנשטרענגען, איז ניט שכל איז דער וועג אויף צו פאַרבינדן זיך מיטן אויבערשטן. דער וועג דערצו איז דוקא מסירת נפש.
מען זאָל ניט מיינען אַז מען דאַרף אַ קינד געבן אַ „פאַרוואַסערטע" אידישקייט און דערנאָך, אַז ער וועט ווערן עלטער, וועט מען אים געבן מער.
דאָס וואָלט געווען ריכטיק ווען עס וואָלט זיך געהאַנדלט וועגן אַ זאַך וואָס איז אָפּהענגיק אויסשליסלעך אין פאַרשטאַנד און חשבונות.
ביי אידן, וועלכע זיינען העכער פון נאַטור־חשבונות, האָבן מיר די אָנווייזונג פון דער פריערדיקער תורהדערציילונג, אַז ביי אידישער דערציאונג איז דער סדר, אַז ווען דאָס קינד איז בלויז אַכט טעג אַלט, דאַרף מען אים שוין געבן די שטאַרקסטע מאָס פון אידישקייט, מען דאַרף אים שוין פאַרבינדן מיט אַן אייביקן פאַרבונד, ניט נאָר אויף אַ יאָר, אויף צען אָדער צוואַנציק יאָר, נאָר מיט אַ ברית עולם.
יד. וואָס מיינט דאָס אַז אויך קינדער דאַרף מען געבן די שטאַרקסטע מאָס אידישקייט?
מען דאַרף דערציילן און דערקלערן דער יוגנט, באַלד פון קינדווייז אָן, אַז דער אידישער פאָלק בכלל, ובמילא אויך יעדער איד בפרט, איז ניט פאַרבונדן מיט נאַטור־חשבונות.
מען דאַרף זאָגן צו דער יוגנט, אַז מען דאַרף אָפּלייגן חשבונות אָן אַ זייט. דער וואָס שטאַמט פון אַ פאָלק וועלכער איז פון סאַמע געבורט אָן ניט געבויט אויף אַ נאַטירלעכן אופן, איינער וואָס שטאַמט פון דעם עלטסטן22פאָלק, וואָס האָט די עלטסטע תורה און איז דורכגעגאַנגען אַזוי פיל יאָרן פון נסיונות און שוועריקייטן און זיין גאַנצער קיום איז נאָר דורך נסים, — דער איז ניט פאַרבונדן מיט קיין חשבונות און ער האָט ניט וואָס צו טראַכטן וועגן זיי.
און ווען מען פירט אים אויף דעם וועג נאָך זייענדיק אַ קליין קינד, ער זאָל וויסן אַז אַ איד איז העכער פון חשבונות און איז פאַרבונדן מיטן אויבערשטן מיט אַן אייביקן פאַרבונד, דאַן זאָגט־צו דער אויבערשטער „ביצחק יקרא לך זרע" — דו וועסט האָבן אמת'ן נחת, סיי אין רוחניות סיי אין גשמיות.
*
טו. פּרשת לך לך איז אַ וואָך וואָס אַלע טעג פון איר לעבט מען מיט אברהם אבינו, דער ערשטער וואָס האָט געעפנט דעם צינור פון מסירת נפשכח), און דאָס איבערגעגעבן בירושה צו אַלע אידן לדורותיהם.
אַפילו גרים זיינען אין דעם כלל, וואָרום זיי האָבן אַ שייכות צו אַברהם'ען. זיי ווערן דאָך אָנגערופן בני אברהם. צו יצחק'ן און יעקב'ן זיינען זיך מתייחס נאָר די וואָס שטאַמען פון זיי, אָבער צו אברהם'ען זיינען זיך מתייחס אויך גרים.
דערפאַר שרייבט דאָך דער רמב"ם אין דער באַוואוסטער תשובה *כו) וועלכע איז מיוסד אויפן ירושלמיכח), אַז אויך גרים קענען זאָגן „לאבותינו", ווייל אברהם אבינו איז אַ פאָטער צו אַלע גרים. במילא איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָס וואָס ער האָט איבערגעגעבן בירושה דעם כוח פון מסירת נפש צו אַלע אידן, זיינען אויך גרים אין דעם כלל. דערפאַר מאָנט מען אויך ביי זיי מקיים צו זיין תורה ומצוות מיט דער גאַנצער שטאַרקייט, כאָטש דאָס איז אָפּהענגיק אין דעם ענין פון מסירת נפשיא).
און אַ פּשיטא, אַז די וואָך וואָס גייט נאָך לך לך דאַרף אַודאַי זיין אַ פריילעכע, וואָרום דאָרט רעדט זיך דאָך וועגן אברהם אבינו נאָכדעם ווי ער האָט מקיים געווען די מצוה פון מילה, וואָס דאָס איז געווען גאָר אַ הויכער ענין.
דער רבי דער שווער זאָגט אין דער שיחה פון שמחת תורה תש"יכח) אַז אברהם אבינו איז געווען אַ איד פון פינף און זיבעציק יאָר, אַ איד אַ „פּאָסעסאָר", אַ בעל הבית אויף אַלע זיינע הנהגות, „שכל הנעלם מכל רעיון"ב), וואָס דאָס אַלץ איז נאָך געווען פאַר דעם „לך לך", און במילא איידער ער האָט זיך גע'מל'ט. פאַרשטייט מען דאָך צו וואָס פאַר אַ מדריגה ער איז צוגעקומען דורך מצות מילה.
מצות מילה איז פאַרבונדן מיט דעם ענין פון לידה (געבורט). אַלע ענינים צו וועלכע אברהם איז צוגעקומען ביז מצות מילה, האָבן אַ שייכות צו נבראים, דערפאַר האָט ער געקענט צוקומען צו זיי מיט זיין אייגענעם כוח. מצות מילה אָבער איז23אַ ענין וואָס מען האָט געגעבן פון אויבן, ווי עס שטייט אַז מילת אַברהם איז דער ענין פון מילה שלמעלהיח) — ומל ד' אלקיך את לבבך. און אַזוי בכלל — איז מען דורך מצות מילה ממשיך אורות נעלים ביותר, וואָס זיינען אינגאַנצן העכער פון בריאה און סדר ההשתלשלות80)).
דערפאַר איז מילה פאַרבונדן מיט דעם ענין פון געבורט, וואָס ווען אַ ולד ווערט געבוירן איז דאָך דאָס אַ דבר חדש און די אַנטפּלעקונג פון
דעם כוח פון אין סוף למטה, ווי עס ווערט דערקלערט אין חסידות*1)).
במילא דאַרף די וואָך אַוודאַי זיין אַ פריילעכע, און אַזוי אויך די וואָכן וואָס קומען דערנאָך זאָלן אויך זיין פריילעכע, ווי דער רבי זאָגט41)) אַז שמחת תורה ווערט נמשך דער מקיף כללי וועלכער איז כולל אַלע מקיפים פון גאַנץ חודש תשרי, און פון שמחת תורה ווערט דאָס נמשך אויף אַ גאַנץ יאָר.