English
ספרייה

לקוטי שיחות

פורים

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

213פורים ופרשת צו

א. דער יום טוב פּורים איז צו־געהערשט איבער דער וועלט)). איז ליב דעם נס און הצלה וואָס דער דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז עס איז ניט אויבערשטער האָט געראַטעוועט דעם געווען קיין תקופה אין גלות אין אידישן פאָלק פון דער גזירת כלי' וועלכער אידן זאָלן זיין, על פּי טבע,

מער זיכער מיט זייער עקזיסטענץ,

יענע תקופה איז געווען, על פּי ווי בימי אחשורוש.

טבע, די גליקלעכסטע פאַר אידן אין

דער צייט פון גלות. די אידן האָבן קערט. גראָד דאַן ווען על פּי טבע דאַן פאַרנומען אַ גרויסן אָרט אין איז זייער מצב געווען אַזוי זיכער, דער רעגירונג, מרדכי ראש הסנהדרין איז געקומען אַ גזירה פון פאַרניכאיז געווען פון די שרי המלוכה טונג ר"ל, להשמיד להרוג ולאבד את היושבים בשער המלך, אסתר איז כל היהודים — היל"ת — מנער ועד געווען די פרוי פון מלך, וואָס אשתו זקן טף ונשים ביום אחד, וואָס דאָס כגופו דמיא1)). אין די גאַנצע דברי איז געווען די שווערסטע פון אַלע ימי ישראל בזמן הגלות געפינען מיר גזירות וואָס זיינען געווען אויף אידן, ניט — אויסער דעם פאַל פון אסתר קיין מאָל איז ניט געווען אַ גזירת המלכה — אַז אַ אידישע פרוי זאָל כלי' ר"ל אויף אַלע אידן, ווי די זיין די פרוי פון אַ קעניג וואָס האָט גזירה בימי אחשורוש.

1) ברכות כך, א.

214אין אַנדערע גלות'ן זיינען אידן ניט געווען אין איין אָרט. צדקה עשה

בישראל

האומותח), אויב חס ושלום איין אומה וועט וועלן מאַכן אַ גזירת כלי' ר"ל אויף די אידן אונטער איר ממשלה, וועלן די אידן אין די איבעריקע מדינות בלייבן אומבאַשעדיקט, און אַפילו די אידן פון דער מדינה, קענען דאָך אַנטלויפן אין די אַנדערע מדינות.

אַפילו בימי פּרעה, ווען אַלע אידן זיינען געווען אונטער זיין ממשלה, און עס איז אויך ניט געווען קיין מעגלעכקייט צו אַנטלויפן פון מצרים (כמאמר רז"ל), שאפילו עבד אחד אינו יכול לברוח משם), איז אָבער דאָרט ניט געווען די גזירה אויף אַלעמען, ווייל פּרעה לא גזר אלא על הזכריםח).

בימי אחשורוש, אָבער, זיינען אַלע אידן געווען אונטער זיין ממשלה, עס איז אויך ניט געווען קיין מעגלעכקייט צו אַנטלויפן, ווייל; א) ער איז געווען אַ מולך בכיפּה, אַ מלך איבער דער גאַנצער וועלט, במילא איז ניט געווען וואוהין צו לויפן. ב) ער האָט געוואָלט להשמיד גו' ביום אחד, איז ניט געווען קיין צייט צו לויפן. ג) די גזירה איז געווען להשמיד גו' את כל היהודים, אַלע אידן היל"ת.

ווי קומט עס טאַקע, אַז אין אַזאַ צייט אין וועלכער אידן זיינען געווען על פּי טבע אַזוי זיכער, זאָל קומען אַזאַ שרעקלעכע גזירה? דערציילט אונז די גמראח) די סיבה פון דער גזירה — מפּני שנהנו מסעודתו של אותו רשע וכו', זיי האבן הנאה געהאט פון דער סעודה פון אחשורוש.

פון דעם זעען מיר באַשיינפּערלעך אַז אידן און טבע זיינען צוויי גאָר פאַרשידענע זאַכן, די הנהגה מיט אידן איז ניט אונטערגעוואָרפן צו נאַטור־געזעצן, נאָר עס איז אָפּהענגיק אין קיום התורה ומצות. און דערפאַר, איז ניט געקוקט, וואָס מצד הטבע איז קיין אָרט אויף אַ גזירה ניט געווען, אָבער ווען די אידן האָבן נהנה געווען מסעודתו של אותו רשע, און דורך דעם באַקומען אַ שייכות מיט ניט קיין כשר'ע זאַכן, איז אויף זיי געקומען אַ גזירת כליד רחמנא לצלן.

ב. די זעלבע הוראה זעען מיר אויך קלאָר אין דעם אופן פון ישועה און הצלה. דער ביטול הגזירה איז ניט געווען על פּי טבע, נאָר דורך תשובה און התקשרות צום אויבערשטן,

בשעת מרדכי ואסתר האָבן זיך דערוואוסט פון דער גזירה, האָבן זיי, אין פלוג, די ערשטע זאַך געדאַרפט גיין מיט אַ דיפּלאָמאַטישער מיסיע זיך משתדל זיין ביי אחשורוש'ן. דערציילט אונז אָבער די מגילה, אַז די ערשטע זאַך האָט אסתר געזאָגט צו מרדכי'ן; לך כנוס את כל היהודים הנמצאים בשושן וצומו עלי ואל תאכלו ואל תשתו שלשת ימים לילה ויום. דאָס איז געווען זייער ערשטער שריט אויף מבטל זיין די גזירה.

נאָך מער; אסתר האָט געזאָגט צו מרדכי, גם אני ונערותי אצום כן. ולכאורה, אסתר'ס חשיבות ביי אחשורוש'ן איז געווען, דער „ותשא חן וחסד לפניו מכל הבתולות", און216זעלבסטפאַרשטענדלעך אַז דורך פאַסטן דריי מעת לעת, וועט איר חן (על פּי טבע) גרעסער ניט ווערן, און אדרבה, קלענער ווערןז), היינט ווי איז ביי איר געווען רעכט צו פאַסטן

נאָר דער ענטפער אויף דעם איז; פּונקט ווי די גזירה איז ניט געווען על פּי טבע, אַזוי איז אויך די ישועה ניט געקומען מצד הטבע. די ישועה איז געקומען דורך תשובה, און איינער פון די עניני התשובה איז פאַסטן. און אויב כל היהודים וועלכע זיינען בשושן פאַסטן (איז דאָך אַן איסור אויף אַ יחיד צו זיין אַ פּורש פון דעם. איז קלאָר אַז) גם אני ונערותי אצום כן. אַי דורך דעם ווערט דאָך קלענער דער חן און לא סמכינן אניסא)) — מען פאַרלאָזט זיך ניט אויף קיין נס, — און מען דאַרף טאָן אויך אין לבושי הטבע, דאָס איז אָבער ניט מער ווי אַ לבוש, און ניט די סיבה פון דער הצלה. דערפאַר איז ניט נוגע אויף אַזוי פיל דער לבוש. אויב די סיבה — שטאַרקן זיך אין קיום התורה והמצות — וועט זיין אַ גענוגענדיקע, וועט אַ שוואַכער לבוש אויך גוט זיין.

מער ניט וואָס מצד דעם העלם והסתר פון דער גלות־צייט, זיינען דערנאָך סיי די גזירה און סיי די הצלה אָנגעטאָן געוואָרן אין לבושי הטבע, אָבער די אמת'ע סיבות זיינען געווען תורה ומצוות. דער נהנו מסעודתו של אותו רשע, האָט געבראַכט די גזירה, און דער פאַסטן און תשובה טאָן, האָט די גזירה מבטל געווען.

ג. די אָנווייזונג פון דעם, און בפרט אין היינטיקע צייטן;

פאַראַן אַזעלכע וואָס טענה'ן אַז דער עיקר מיטל צום קיום פון אידישן פאָלק אין דער צייט פון גלות איז דיפּלאָמאַטישע און ענלעכע נאַטירלעכע וועגן, און זיי ברענגען אַ ראי' פון אסתר'ס השתדלות ביי אחשורוש'ן. דאַרף מען וויסן, אַז אויסער דעם וואָס זיי זיינען מגלה פּנים בתורה שלא כהלכה, זיי טייטשן אויס דעם סיפּור פון מגילת אסתר היפּך האמת, איז דאָס אויך אַ כפירה אין דעם גאַנצן ענין פון קיום עם ישראל.

עס שטייט אתם נצבים היום כולכם, זאָגן אויף דעם די רז"ל, שגם כאשר כל העולם מתמוטטים, אתם נצבים. דער קיום פון אידן איז אַנדערש. דער קיום פון אַלע פעלקער איז לויט נאַטורגעזעצן, אָבער אידן זיינען ניט פאַרבונדן מיט טבע, אונזער פאַרבונד איז נאָר מיט תורה ומצוות.

אַז עס קומט אַן עת צרה אָדער אַ גזירה רחמנא לצלן, דאַרפן מיר זיך ניט פאַרלאַזן אויף דיפּלאָמאַטיע און השתדלות ביי די אומות העולם. ניט דורך דעם איז אונזער קיום. עס דאַרף זיין יפשפּש במעשיו, פאַרריכטן וואָס עס פעלט און שטאַרקן זיך אין קיום התורה ומצות, און דעמאָלט העלפט די השתדלות על פּי טבע. און נאָך מער אפילו אויב אַנדערע אין אַזאַ מצב וואָלטן בדרך הטבע פאַרלאָרן געגאַנגען, פונדעסטוועגן, אתם נצבים וקיימים.

מען דאַרף זיך ניט שרעקן פאַר216דעם מצב פון אידן, ווי מיר זעען אים מיט די פליישיקע אויגן על פּי חוקי הטבע. אונזער זאַך איז שטאַרקן זיך אין תורה ומצות, און דעמאָלט, איז וועלכן לבוש אין גשמיות מען וועט מאַכן, וועט זיך אין אים אָנטאָן די הצלה הניסית וואָס העכער פון טבע.

ד. די הוראה אַז אידן זיינען ניט אונטערגעוואָרפן צו טבע, איז ניט נאָר בנוגע דעם כלל ישראל נאָר אויך בנוגע אַ יחיד.

אַ איד דאַרף געדענקען אַז אַלע ענינים וואָס ער פאַרמאָגט, זיינען אָפּהענגיק און קומען פון דעם אויבערשטן אַליין, וועלכער איז ניט באַגרענעצט חס ושלום אין חוקי הטבע.

אמת טאַקע, עס דאַרף זיין דער „בכל אשר תעשה", וואָס אין דעם טוט זיך אָן דער „וברכך ה' אלקיך", דאָס איז אָבער מער ניט ווי אַ לבוש. דער עיקר איז די ברכה פון דעם אויבערשטן, וועלכע קומט דורכן פאַרבונד מיט אים דורך לימוד התורה וקיום המצותי). און בשעת מען האָט דעם עיקר, וועט זיין די הצלחה אין וועלכן לבוש ס'זאָל ניט זיין.

ה. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס עס שטייט אין ירושלמייא), „שמאמין בחי העולמים וזורע" (ער זייט ווייל ער גלויבט און פאַרלאָזט זיך אויף דעם אויבערשטן אַז עס וועט וואַקסן).

אין פלוג איז ניט פאַרשטאַנדיק, וואו דריקט זיך דאָ אויס די אמונה? אַפילו כופרים, להבדיל, וועלכע גלויבן ניט אין ג־ט ברוך הוא, זייען אויך עס איז דאָך אַ נאַטירלעכע זאַך אַז ווען מען זייט וואַקסטז

נאָר דער פּשט דערפון איז, די אמונה פון אַ אידן באַשטייט אין דעם, אַז אַפילו בשעת עס רעדט זיך וועגן זריעה, אַ זאַך וואָס ער אַליין זעט באַשיינפּערלעך אַז דאָס האָט אין פלוג ניט צו טאָן מיט אמונה ובטחון אין דעם אויבערשטן, ער אַליין זעט אַז אויך ביי אַזוינע וואָס האָבן כלל ניט „צו טאָן" מיטן אויבערשטן, וואַקסט זייער זריעה. פונדעסטוועגן ווייסט ער, אַז ער, אַלס איד, איז אַנדערש פון דער גאַנצער וועלט.

וואָרום פּונקט ווי דער כלל ישראל, אַזוי אויך אַ יחיד איז ניט אונטערגעוואָרפן צו חוקי הטבע, און דערפאַר ווייסט ער, אַז אויך בשעת ביי דער גאַנצער וועלט וועט וואַקסן מצד חוקי הטבע, וועט ביי אים, אָבער, וואַקסן נאָר דורך זיין אמונה און בטחון אין דעם אויבערשטן.

ו. ווי דאָס איז ביי בעלי עסק, אַזוי איז עס אויך ביי יושבי אהל. די הצלחה אמיתית אין תורה האָט ניט צו טאָן מיט גוטע כשרונות, א. ד. ג. נאָר מיט סייעתא דשמיא וועלכע קומט דורך יראת שמים, וואָס זי — די יראת שמים — ברענגט אויך אַז ער זאָל לערנען בעמל ויגיעה אמיתית און דעמאָלט איז ומצאת — פיל מער ווי בערך היגיעה, נאָר בדרך מציאה.

אויב עס פעלט דער עיקר, וועלן ניט העלפן קיין כשרונות און קיין יגיעה, וואָרום דאָס איז חכמתו של217הקדוש ברוך הוא. און בשעת עס איז דאָ דער עיקר, וועט אים דער אויבערשטער געבן הצלחה שלמעלה מהטבע.

(משיחת פורים תשי"ז)

ז. אויפן פּסוק אש תמיד תוקד על המזבח לא תכבה, זאָגט דער ירושלמי*18)): „תמיד אפילו בשבת, תמיד אפילו בטומאה".

ווי גערעדט שוין פיל מאָל, זיינען אַלע ענינים און עבודות פון משכן ומקדש הגשמי, אויך דאָ אין דעם משכן ומקדש הרוחני וואָס געפינט זיך אין יעדן אידן.

מזבח איז די האַרץ פון מענטשן. אַזוי ווי אין מזבח הגשמי איז געווען דער מזבח החיצון ומזבח הפּנימי, אַזוי איז אויך אין האַרץ פאַראַן חיצוניות הלב און פנימיות הלביח). דער מזבח אויף וועלכן עס איז דער ציווי אש תמיד תוקד על המזבח, איז דאָס דער מזבח החיצון. וברוחניות; עס דאַרף זיין אַ התלהבות בגלוי, אין חיצוניות הלב — די האַרץ זאָל ברענען צו אלקות.

שבת איז דער ענין השביתה, אָפּגעטראָגן פון וועלט. דערפאַר זיינען דאָך דעמאָלט אסור עובדין דחול. אין עבודה פון נפש האדם, מיינט דאָס השגה, וקראת לשבת עונג, וואָס מצד דעם גילוי אור וואָס ער איז משיג, איז ער אָפּגעטראָגן פון אַלע עניני העולם. קען ער דאָך מיינען, אַז וויבאַלד ער איז פאַרטאָן אין השגה, ער שטייט העכער פון התרגשות, דאַרף ער ניט האָבן דעם פייער. זאָגט מען אים, לא תכבה אפילו בשבת.

אין צווייטן קצה, דער וואָס שטייט ווייט, ער מיינט אַז ער האָט שוין חס ושלום קיין שייכות ניט, זאָגט מען אים לא תכבה אַפילו בטומאה, קוק ניט אויף דיין מצב און — לא תכבה, זאָלסט זען עס זאָל ניט פאַרלאָשן ווערן. זאָלסט האַלטן אין איין אויפבלאָזן דעם „אש תמיד", דעם אש אלקי וואָס געפינט זיך ביי דיר ער זאָל ניט פאַרלאָשן ווערן. און דאָס וועט ברענגען דעם „לא תכבה" לויט ווי עס טייטשט דער מעזריטשער מגיד נ"עכד), אַז דער „לא" — די אַלע ניט גוטע ענינים — „תכבה", וועלן פאַרלאָשן ווערן.

(משיחת פורים תשי"ד)

ח. דער דאָזיקער וואָרט פון מגיד לערנט אונז, אַז בכדי צו פאַרלעשן דעם „לא", מוז זיין אש תמיד, דער שטענדיקער קאָך אין תורה ומצות.

עס איז ניט גענוג וואָס אַמאָל, אָדער אַפילו מיט איין וויילע פריער, האָט ער געהאַט אַ קאָך אין תורה ומצות. דער קאָך דאַרף זיין שטענדיק, וואָרום אויב מען איז איין וויילע קאַלט, קען זיך אין דער וויילע אַריינכאַפּן דער „לא".

וואָס דאָס איז אויך דער טעם אויף מצות זכירה מעשה עמלק בכל יום ויוםיח) — מען דאַרף שטענדיק געדענקען ניט צו צולאָזן, ח"ו, די קרירות פון עמלק'ן אַפילו אויף איין רגע, ווי עס שטייט אש תמיד תוקד על המזבח לא תכבה.

218ט. נאָך אַן ענין איז דאָ אין דעם אש תמיד; ער איז אַ הכנה צום אש שלמעלה. ווי דער מאמר רז"לי), אף על פי שאש יורדת מן השמים מצוה להביא מן ההדיוט. ד. ה. אַז דער אש שלמטה איז אַ הכנה ואתערותא דלתתא אויף צו אַראָפּברענגען דעם אש מן השמים.

ווען, אָבער, ברענגט עס דעם אש מן השמים, ווען דער אש שלמטה איז בשלימות דוקא, דאַן איז עס ממשיך דעם אש שלמעלה.

מיר זעען דאָס אין די היינטיקע סדרות (צו און שמיני). אין די ימי המילואים, ווען דער גאַנצער משכן מיט זיינע כלים און דער מזבח זיינען שוין געווען פאַרטיק, עס זיינען געווען משה ואהרן וכו' און מען האָט שוין מקריב געווען קרבנות, פונדעסטוועגן איז נאָך אַלץ לא שרתה שכינה במעשה ידיהם, צוליב דעם וואָס עס איז נאָך איבערגעבליבן אַ רושם פון חטא העגל, נאָר ביום השמיני דוקא, נאָך דעם ווי עס איז פאַרטיק געוואָרן דער אש שלמטה, וואָס האָט פאַרלאָשן דעם גאַנצן „לא", און אינגאַנצן מבטל געווען דעם חטא העגל, ערשט דאַן ותצא אש מלפני ה' וגו', ושרתה שכינה במעשה ידיהם 45)).

וואָס איז אַזוי די געוואַלדיקע מעלה אין אש שלמעלה וואָס אויף צו ממשיך זיין דאָס, מוז מען האָבן די שלימות העבודה פון אש שלמטה?

נבראים זיינען באַגרענעצטע, און זייער עבודה מיט די ענינים צו וועלכע זיי דערגרייכן זיינען באַגרענעצטע, וואָס מצד עצמם האָבן זיי ניט קיין קיום נצחי. ובכדי עס זאָל זיין אַ קיום נצחי מוז דערויף זיין אַ המשכה מלמעלה דוקא, וואָס ער ית' איז דאָך אינגאַנצן ניט מוגבל.

דערפאַר זעט מען אַז בשבעת ימי המילואים הוקם המשכן ופרקו. מצד נבראים קען נאָך קיין אמת'ער קיום ניט זיין. ביום השמיני דוקא, .ווען עס איז געווען השראת השכינה און ותצא אש מלפני ה', ערשט דאַן איז הוקם המשכן ולא פרקו, עס איז געווען די אמת'ע הקמה, קיום נצחי.

און מיט דעם וועט אויך זיין פאַרשטאַנדיק דער ענין פון שבעת ימי המילואים ויום השמיני, וואָס דער אש שלמעלה איז געווען ביום השמיני דוקא, וואָרום עס איז באַוואוסט אַז שבעה זיינען די ימי ההיקף, ד. ה. וואָס געהערט צו עולמות, און שמיני איז למעלה מההיקףיח), אור שלמעלה מהעולמות, והוא ענין אש שלמעלה כנ"ל.

י. ניט קוקנדיק, אָבער, אויף דעם וואָס נבראים אַליין קענען צו נצחיות ניט דערגרייכן, פונדעסטוועגן, ווי געזאָגט פריער, איז המשכת האש שלמעלה קומט דורך שלימות העבודה פון אש שלמטה דוקא. דאָס מיינט, אַז בשעת אַ נברא טוט אַלץ וואָס ביכלתו, הגם דאָס איז בהגבלה, גיט אים דער אויבערשטער דעם אש שלמעלה, בלי גבול.

און דאָס איז אויך מרומז אין דעם וואָרט „תמיד" וואָס אין פּסוק, אש תמיד תוקד גו': תמיד מיינט בלי גבול, למעלה מהזמן. זמן מצד עצמו, וויבאַלד219ער איז צונויפגעשטעלט פון חלקים מוגבלים, מוז ער האָבן אַ הגבלהיח). און פונדעסטוועגן דורך שלימות העבודה פון אש שלמטה, איז מען ממשיך דעם בלי גבול שלמעלה מהזמן, און נאָך מער, אַז דאָס ווערט נמשך אויך אין זמן, אַז דער זמן אַליין ווערט אַ נצחי, תמיד.

אין עולם איז דאָס, אַז אין טבע איז דאָ די הצלחה שלמעלה מהטבע.

יא. די נקודת ההוראה פון דעם אויבנגעזאָגטן;

יעדער איד איז דאָך אַ משכן ומקדש אליו יתברך, אַזוי ווי עס שטייט, ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, בתוך כל אחד ואחד מישראל, דאַרף מען וויסן אַז כל זמן עס פעלט אין דעם „אש" — די חמימות וחיות, איז הגם ער לערנט תורה, ער איז מקיים מצות און האָט אַלע ענינים שהיו במשכן, וויבאַלד עס איז אָבער אָן חיות, פעלט ביי אים השראת השכינה, ביז עס איז רעכט, עס זאָל ביי אים זיין אַ רושם פון חטא העגל.

תורה ומצות דאַרפן זיין מיט אַ קאָך און אַ לעבעדיקייט, אין אַלע דריי קוין תורה, עבודה און גמילות חסדים.

תורה: מען דאַרף ניט יוצא זיין מיט פּרק אחד שחרית ופּרק אחד ערבית, און צום גאַנצן מעת לעת האָט עס קיין שייכות ניט. עס טאָר ניט זיין בלחישו און צו אים אינגאַנצן האָט עס קיין שייכות ניט. עס מוז זיין לא ימוש גו' און עס מוז זיין ערוכה בכל רמ"ח אברים, כל עצמותי תאמרנה"). עס מוז זיין מיט אַ חיות.

עבודה: תפלה, וואָס דאָס איז קו העבודה, דאַרף זיין ניט קבע, נאָר רחמים ותחנונים לפני המקום 41)), מיט אַ הרגש פון חיות.

גמילות חסדים: מצות, וואָס בכללות זיינען זיי אין קו הגמילת חסדים, דאַרפן ניט זיין נאָר פון יוצא וועגן. מצות דאַרף מען מקיים זיין בהידור, וואָס דער הידור קומט מצד החיות וואָס ער האָט אין קיום המצוה.

און דורך דער שלימות פון אש שלמטה, ווערט נמשך דער אש מלמעלה, השכינה שורה בתורתו ועבודתו ביז אויך בכל מעשה ידיו, גם בעניניו הגשמיים.

און ווי געזאָגט פריער — עס ווערט אויפגעטאָן המשכת בלי גבול אין גבול, אַז אויך אין לבושי הטבע זעט מען ברכת הוי' והצלחה שלמעלה מהטבע.

(משיחת ש"פ צו תשי"ז)

יב. דער סדר פון די ד' פּרשיות וואָס מען לייענט פאַר פּסח איז; פּ' שקלים, פּ' זכור, פּ' פּרה און פּ' החודש.

בפּרטיות זיינען די צוויי פּרשיות שקלים און זכור פאַרבונדן מיט גאולת פּורים, וואָס עס איז נאָך ניט קיין גאולה שלימה, כמאמריא) אכתי עבדי אחשורוש אנן, און די פּרשיות פרה און החודש — מיט גאולת פּסח, וואָס איז אַ גאולה שלימה. בכללות אָבער, זיינען אויך די פּרשיות שקלים220און זכור שייך צו גאולת פּסח, ווייל אויך גאולת פּורים איז פאַרבונדן מיט גאולת פּסח, כמאמרכח) סומכין גאולה לגאולה.

יג. פּרשת שקלים לייענט מען פאַר ראש חודש אדר, ווייל באחד באדר משמיעין על השקליםכד), וואָס מען דאַרף צוליב די קרבנות פון דעם נייעם יאָר.

פּרשת זכור לייענט מען פאַר פּורים, ווייל פּורים איז דאָך געווען מפּלת המן, וואָס ער איז מזרעו של עמלק, לייענט מען זכור את אשר עשה לך עמלק פאַר פּורים, לקיים מה שנאמר נזכרים ונעשים, נזכרים קודם לנעשיםכח), — פּ' זכור איז די זכירה און פּורים איז די עשי'.

יד. דער טעם אויף קדימת פּ' שקלים לפּ' זכור, איז ניט נאָר מצד זייערע זמנים, וואָס פּ' שקלים איז פאַרבונדן מיט אחד באדר און פּ' זכור מיט פּורים, י"ד באדר, נאָר אויך מצד זייער ענין.

די גמרא) זאָגט, אַז בזכות דעם וואָס אידן האָבן געגעבן דעם מחצית השקל, איז געווען מפּלת המן, וואָס ער האָט געזאָגט עשרת אלפים ככר כסף אשקול וגו'.

מיט דעם איז פאַרשטאַנדיק די שייכות פון די צוויי פּרשיות און אויך דעם טעם אויף דער קדימה פון פּ' שקלים פאַר פּ' זכור: דאָס וואָס אידן האָבן מקדים געווען די שקלים, האָט געבראַכט דעם נס פון פּורים וואָס הויבט זיך אָן, בזכירה, מיט דער קריאה פון פּ' זכור.

טו. נאָך דער גאולה פון פּורים, וואָס איז, ווי געזאָגט, נאָך ניט קיין גאולה שלימה, קומט מען צו דער גאולה פון פּסח וואָס איז אַ גאולה שלימה. און די הכנה צו דעם איז פּ' פּרה און פּ' החודש.

בנוגע די צוויי פּרשיות, שטייט אין ירושלמי 37)), אַז באמת האָט מען געדאַרפט לייענען פּ' החודש פאַר פּ' פּרה, וואָרום פּ' החודש איז געזאָגט געוואָרן און ענינה איז אחד בניסן, און שריפת הפּרה איז געווען בשני בניסן, ווייל באחד בניסן הוקם המשכן און שריפת הפּרה איז געווען בשני בניסן, וואָרום שריפת הפּרה האָט דאָך ניט געקענט זיין פאַר הקמת המשכןכח). נאָר צוליב דעם וואָס פּרשת פּרה איז טהרתן של כל ישראל, לייענט מען פרשת פּרה פריער.

דאַרף מען פאַרשטיין דעם תירוץ פון ירושלמי. אין פלוג וואָס פאַר אַ שייכות האָט טהרתן של ישראל מיט פּ' החודש, אַז אַנדערש קען ניט זיין דער ענין פון פּרשת החודש, נאָר לאחר טהרתן של ישראל. עס הייסט דאָך ניט פּרשת הפּסח, נאָר פּרשת החודש — דער דין פון קידוש החודש וראש חודש — איז וואָס איז דאָ נוגע די הקדמה פון טהרהז

טז. די דערקלערונג אין דעם איז.

דער ענין פון ראש חודש איז מולד הלבנה. נאָכדעם ווי די לבנה איז געווען בהעלם והסתר, ווערט זי221צוריק נולד ונתחדש. דאָס איז אויך מרמז אויף אידן; וועלכע זיינען געגליכן געוואָרן צו לבנה **)), אַז נאָך די אַלע העלמות והסתרים פון זמן הגלות, ווערן זיי נולד ונתחדש, וואָס דאָס איז דער ענין הגאולה.

דער זמן פון התחלת הגאולה איז ראש חודש ניסן, וואָס אויף דעם שטייט החודש הזה לכם ראש חדשים. די רז"לי) דרש'נען אַ גזירה שוה, פון דעם הזה וואָס שטייט בפּרשת החודש, מיט דעם הזה וואָס שטייט ביי מתן תורה, ביום הזה באו מדבר סיני. מתן תורה איז דאָך אויך דער ענין הגאולה, כמאמר רז"ל1)) אל תקרי חרות אלא חירות (בציר"י), חירות מיצר הרע וממלאך המות ומשעבוד מלכיות. פון דעם וואָס די גמרא פאַרבינדט פּרשת החודש מיט מתן תורה, איז פאַרשטאַנדיק אַז אויך בראש חודש ניסן, החודש הזה, איז שוין דאָ דער ענין פון גאולה, אתחלתא דגאולה.

און לויט דעם וועט מען פאַרשטיין דעם טעם אויף דער הקדמה פון טהרה צו פּרשת החודש. וויבאַלד אַז פרשת החודש איז מולד הלבנה, אתחלתא דגאולה, דאַרף מען צו דעם האָבן הקדמת הטהרה, אַזוי ווי עס פאָדערט זיך צו גאולה, ווי עס שטייטיח) וזרקתי עליכם מים טהורים גו', ואמרו רז"ל38)) טהרה מביאה לידי . . אלי' הנביא כו'.

יז. ראש חודש ניסן איז אָבער געווען די גאולה בלויז בהתחלה ובכוח, דער פּועל הגאולה האָט זיך אָנגעהויבן בט"ו בניסן, דקיימא סיהרא באשלמותא, און די שלימות ותכלית הגאולה — בשעת מתן תורה.

איז אַזוי ווי צו דער גאולה בפּועל דאַרף מען האָבן די טהרה בפּועל, וזרקתי עליכם מים טהורים, אַזוי אויך צו דער גאולה בכוח דאַרף מען האָבן די טהרה בכוח.

קריאת התורה איז אַ נתינת כוח כידוע, לייענט מען פריער פּרשת פּרה, וואָס דאָס איז טהרה בכוח, און דערנאָך פּרשת החודש, וראש חודש, וואָס דאָס איז גאולה בכוח.

און דאָס איז דער סדר פון טהרה וגאולה: פרשת פּרה — טהרה בכוח, פרשת החודש וראש חודש ניסן — גאולה בכוח. שני בניסן — טהרה בפּועל, ט"ו בניסן ביז מתן תורה — גאולה בפּועל.

יח. די הוראה וואָס מען דאַרף דערפון אַרויסנעמען;

אַזוי ווי צוקומען צו דער אמת'ער טהרה לתכליתה וועט מען קענען נאָר בביאת המשיח דוקא, וואָס דעמאָלט וועט זיין ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ,

— וואָרום בביאת המשיח וועט נאָך זיין דער רוח הטומאה, ווי עס שטייט דער לשון אין רמב"םד), אַז משיח יכוף כל ישראל, אַז זיי זאָלן לערנען תורה און מקיים זיין מצות. וויבאַלד ער זאָגט דעם לשון יכוף, איז אַ ראי', אַז ניט אַלע וועלן דאָס טאָן מיטן גוטן ווילן, ווייל עס וועט222נאָך דעמאָלט זיין דער רוח הטומאה, און משיח'ס עבודה וועט זיין מעביר זיין דעם רוח הטומאה מן הארץ —

קען מען דאָך מיינען, אַז איצטער דאַרף מען גאָר ניט טאָן און פאַרלאָזן זיך אינגאַנצן אויף משיח'ן, אויף דעם איז די הוראה פון קריאת פרשת פרה:

בכדי צוקומען צו דער טהרה וגאולה בפּועל ובשלימות, דאַרף מען

האָבן פריער אַ הכנה. מען דאַרף טאָן דעם ענין הטהרה וויפל מען קען. מטהר זיין זיך פון אבי אבות הטומאה, און ווי דער מאמר רז"ל)) כל העוסק בתורת חטאת כאילו הקריב חטאת, חטאת קרי' רחמנא*, די פרה אדומה, במילא ווערט מען פּטור פון די אבות ותולדות הטומאה, און דאָס וועט ברענגען די טהרה וגאולה בפּועל, בביאת משיח צדקנו בב"א.

(משיחת פרשת חחודש תשס"ז)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-wbcvgqe6

עותקים

פעילות אחרונה

#169 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · אושרה
#109 Likkutei Sichos vol 1: machine reading · אושרה

מקורות