לקוטי שיחות
בשלח
139האָט ער אים דערציילט די גאַנצע מעשה.
כח. אין יאָר תרנ"ז איז דער רבי (מהורש"ב) נ"ע, געווען שטאַרק ניט געזונט און איז געפאָרן קיין מאָסקווע היילן זיך.
האָבן אים די פּראָפעסאָרן דאַן געזאָגט אַז ער האָט אינגאַנצן עטלעכע חדשים צו לעבן. אַז דער רבי נ"ע האָט דאָס געהערט, האָט ער באַשלאָסן צו פאָרן קיין ארץ ישראל.
א. מיט צוואַנציק יאָר צוריק — אַחרון של פּסח חצר"ת, האָט כ"ק מו"ח אדמו"ר גערעדט אין אַ שיחהא) בנוגע דער הפטורה פון דעם שבת.
ער האָט דאַן דערציילט אין נאָמען פון זיין עלטער־זיידן — דעם צמח צדק, אַז זיין זיידע — דער אַלטער רבי, האָט אַמאָל געפרעגט די קשיא, פאַרוואָס איז די הפטורה פון שבת שירה דוקא ותשר דבורה, אַ שירה פון אַ פרוי, און ניט די שירה פון דוד, ווי דאָס איז די הפטורה פון שביעי של פּסח. אין פּרשת בשלח איז דאָ די שירה פון מאַנסבילן: אַז ישיר משה גו', און אויך איז דאָ די שירה פון פרויען; ותקח מרים גו' את התוף בידה ותצאן כל הנשים גו' בתופים ובמחולות, ותען להם מרים שירו לה' כי גאה גאה. היינט פאַרוואָס איז די הפטורה דוקא די שירה פון אַ פרוי, ותשר דבורה? האָט ער דערציילט דער רביצין, הרבנית שטערנא שרה נ"ע, וועגן דעם.
האָט אים די רביצין געפרעגט; וואָס וועסטו טאָן מיט דיינע חסידים און חסידות ז האָט דער רבי נ"ע געענטפערט איך לאָז דאָך איבער אים (געמיינט דעם רבי'ן).
אויף דעם האָט דער אַלטער רבי דערציילט אַ לאַנגן סיפּור (געדרוקט אין דער אויבנדערמאָנטער שיחה) און ער האָט אויסגעפירט, אַז ווען די אידן זיינען אַרויס פון מצרים און געגאַנגען אין ים אין דער טריקעניש און געזאָגט שירה האָבן די פרויען אויך געזאָגט שירה, אָבער דערצו נאָך „בתופים ובמחולות", מיט שמחה. דערפאַר איז די הפטורה פון שבת שירה — ותשר דבורה. (הכל הי' מן העפר, ספירת המלכות).
ב. אין פלוג איז ניט פאַרשטאַנדיק, פאַרוואָס טאַקע איז די שירה וואָס עס האָבן געזונגען משה ובני ישראל — די מאַנסבילן — ניט געווען מיט אַזאַ שמחה ווי די שירה פון מרים און כל הנשים — די פרויען?
נאָר דער טעם אויף דעם — אין פּשטות, ווייל בשעת מען באַקומט אַ זאַך אָן האָרעוואַניע און אָן צער, קען מען בשום אופן ניט פילן די זעלבע140שמחה, ווי בשעת מען האָט געלייגט אויף דעם גרויס מי און דורכגעגאַנגען שווערע מלחמות. און לפום צערא אגרא*)), וואָס גרעסער עס איז געווען פריער די יגיעה און צער — אַלץ גרעסער איז דערנאָך די שמחה.
בשעת אידן האָבן געזונגען שירה דערפאַר וואָס פּרעה מיט די מצריים זיינען דערטרונקען געוואָרן אין ים און זיי זיינען אַרויס פון גלות מצרים, האָבן משה רבנו מיט אַלע אידישע מענער ניט געקענט פילן דערביי אַזאַ שמחה ווי מרים מיט אַלע אידישע פרויען.
וואָרום דאָס שווערסטע פון גלות מצרים און די ערגסטע גזירות זיינען געקומען נאָכדעם ווי מרים איז געבאָרן געוואָרן. און די שווערסטע גזירה איז געווען — כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו.
— אַלע שוועריקייטן וואָס זיינען געווען פריער, ווען אידן האָבן געאַרבעט „בחומר ובלבנים ובכל עבודה בשדה את כל עבודתם אשר עבדו בהם בפרך", זיינען ניט געקומען צו דער גזירה פון אַריינוואַרפן ניי־געבאָרענע קינדער אין טייך —
נאָכדעם איז דאָך אויך געקומען — ווי חז"ל דערציילן)) — די גזירה אַז פּרעה זאָל זיך באָדן אין די בלוט פון אידישע קינדער.
אַ מוטער לעבט דאָס אַלץ איבער מער ווי אַ פאָטער. דערפאַר איז אויך בשעת מען איז פּטור געוואָרן פון פּרעה'ן מיט זיינע גזירות, איז די שמחה פון די אידישע פרויען געווען פיל גרעסער ווי די שמחה פון די מענער.
ג. ווי אַלע סיפּורים פון תורה, אַזוי אויך דער סיפּור פון יציאת מצרים, וועגן דער שירה מיט דער שמחה „בתופים ובמחולות" פון מרים'ען מיט די אידישע פרויען — זיינען זיי אַלע אַ הוראה אויף אַלע דורות, אויך אויף אונזער דור.
און דאָס איז אויך מרומז אין פּסוק; ותצאן כל הנשים אחרי' — אַלע אידישע פרויען עד סוף כל הדורות גייען נאָך נאָך מרים'ען און זאָגן, שירו לה' כי גאה גאה סוס ורוכבו רמה בים.
טעכקייט און הייליקייט איז גאה גאה, הויך וואָס העכער קען ניט געבן. און זאַכן וואָס זיינען פאַרקערט פון הייליקייט, וואָס האָבן מלחמה מיט הייליקייט — סוס ורוכבו, איז רמה בים, טיף נידעריק אין ים. ניט סתם נידעריק, נאָר רמה בים, גאָר אַ שטאַרקן וואָרף אין ים, נידעריק וואָס נידעריקער קען ניט זיין.
ד. מען האָט שוין אַמאָל גערעדט אַז די גזירה פון כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו, איז די נקודה פון איר, איר אינהאַלט — פאַראַן אין יעדן דור און אין יעדער מדינה. אויך אין אונזער דור און אין אונזער מדינה*).
בשעת עס ווערט געבאָרן אַ אידיש קינד, וואָס דער אידישער לעבנססדר איז, אַז באַלד ווי אַ קינד ווערט141געבאָרן הויבט מען אים גלייך אָן געבן אַ דערציאונג פון תורה ומצוות, קומט צוגיין פּרעה מלך מצרים, ד. ה. די בעל־הבתי'שקייט פון דער לאַנד, און טענה'ט; עס ווערט געבאָרן אַ אינגל, וואָס מיט דער צייט וועט ער חתונה האָבן און דאַרפן זיין דער צושטעלער פון פּרנסה אין הויז, דאַרף מען אים שוין פון קינדווייז אַן אַריינוואַרפן אין טייך וואָס גיט פּרנסה (די גאַנצע שפּייז און פּרנסה פון מצרים איז געווען אָפּהענגיק פון דעם יאור — טייך נילוס) עס זאָל זיך טונקען און זיין דערטרונקען אין טייך.
אַי, וואָס וועט זיין מיט תורה ומצות, אויף דעם ענטפערט פּרעה, איז פאַראַן „סאָנדעי" (זונטיק), וואָס סאָנדעי איז דער באַנק געשלאָסן, די קלייטן געשלאָסן, א. א. וו. די נאַכט פריער דאַרף מען שלעפּן דעם קינד אין מואווי און אין אַלדע יאָרן, אָבער אינדערפרי, אַזוי ווי די עלטערן ווילן שלאָפן ביז צוועלף אַזייגער, אָרט זיי ניט אַז דער קינד וועט גיין אין „סאַנדעי סקול" און לערנען דאָרטן, און ניט נאָר זינגען און טאַנצן נאָר אַפילו עברי און חומש. זיי — די עלטערן — וועלן קענען רואיק שלאָפן, און זיין גאָר טיף פאַרזונקן אין שלאָף ברוחניות.
דערנאָך — איינס אַזייגער נאָך האַלבן טאָג, וועט מען האָדעווען דעם קינד מיט טעלעוויזשאָן, מואווי און בייזבאָל — מיט דעם טייך נילוס, וואָס לויט זייער מיינונג, גיט ער פּרנסה.
אָנשטאָט דעם וואָס מען דאַרף דעם קינד פאַרבינדן, באַלד פון קינדווייז אָן, מיט דעם אויבערשטן, וואָס ער שפּייזט די גאַנצע וועלט בטובו בחן בחסד וברחמים, אין אַן אופן פון כבוד ומנוחה,
וואָס נאָר דאָס (פאַרבינדן זיך מיט דעם אויבערשטן) איז די איינציקע וועג פון אַ אידן צו פּרנסה,
— וואָרום אויב אַפילו ביי גוים איז זייער פּרנסה אָפּהענגיק פון טייך נילוס־געזעצן, איז אָבער ביי אידן שטייט, ואתם הדבקים בהוי' אלקיכם חיים כולכם היוםח), דורך דעם וואָס אידן פאַרבינדן זיך מיט דעם אויבערשטן, דורך דעם לעבן זיי, און דורך דעם האָבן זיי אויך פּרנסה, וואָרום מאן דיהיב חיי יהיב מזוני — דער אויבערשטער וואָס ער גיט לעבן גיט ער אויך פּרנסה, אים מיט זיין פרוי און קינדער —
איז אָנשטאָט דעם, נעמט מען די קינדער און מען וואַרפט זיי אַריין אין טייך, וואָס רייסט זיי אָפּ ניט נאָר פון דעם רוחניות'דיקן לעבן נאָר אויך פון לעבן אין איינפאַכן זין, וואָרום, ווי געזאָגט פריער: די איינציקע וועג וואָס אידן האָבן אויף לעבן און פּרנסה איז דורך פאַרבינדן זיך מיט דעם אויבערשטן.
ה. און אַזוי ווי אין דעם גלות וואָס איז געווען פאַר מתן תורה, וואָס דאָס איז גלות מצרים, זיינען די אַלע פריערדיקע גזירות ניט געקומען צו דער גזירה פון כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו, אַזוי אויך אין דעם איצטיקן גלות, קומען ניט די אַלע גזירות וואָס דער יצר הרע מאַכט אויף דערוואַקסענע מענטשן — צו דער גזירה וואָס דער יצר הרע מאַכט אויף קליינע קינדער.
בשעת, אָבער, מען ווערט ניט נת־142פּעל פון פּרעה'ן, מען ווערט ניט נתפּעל פון די „גוטע פריינט" — פון דער שכנ'טע פון „נעקסט דאָר", וואָס זי טענה'ט: ווי אַזוי נעמסטו דיין קינד און שיקסט אים אין אַ חדר, אין אַ ישיבה וואָס מען לערנט דאָרטן אַ תורה, וואָס איז אַלט דריי מיט אַ האַלב טויזנט יאָר, אַ תורה וואָס איז געגעבן געוואָרן אין אַ מדבר שממה — דעזערט — און אין אַ צייט וואָס ס'איז נאָך ניט געווען קיין ראַדיאָ, קיין טעלעפאָן און אַפילו אַ „פּייפּער" אינדערפרי צו מודה אני איז אויך ניט געווען.
דעמאָלט — טענה'ט זי — האָט מען געקענט אָנגיין מיט אַזאַ דערציאונג. אָבער איצטער, בשעת מיר געפינען זיך אין „טווענטי'ס סענטשורי" און מיר האָבן זוכה געווען צו „פּראָגרעס" און צו „קאָלטשער" — איצטער קען מען ניט זיין „אָלדפעשאָנד".
נאָך מער, אַמאָל טוט זיך אָן פּרעה אין אַ קלייד פון קדושה און טענה'ט אַזוי ווי דו ווילסט אַז דיין קינד זאָל געבן אַ סך געלט אויף צדקה בכלל און אויף ישיבות בפרט, דאַרפסטו דאָך זען אַז ער זאָל זיין אַ גביר, טאָ וואַרף אים אַריין אין טייך פון פּרנסה, מאַך אים אַזוי ווי אַלע „דזשאַן'ס" און „מייקל'ס" — אשר לא להוי' המה, און דעמאָלט קענסטו האָבן אַ האָפענונג אַז ער וועט געבן געלט אויף ישיבות און חדרים.
— לפּועל זעט מען אַז נאָר פּרעה האָט פּרנסה דערפון. אידן האָבן דערפון גאָרנישט —
דאַרף מען וויסן דעם אמת, אַז די גזירה קומט פון דעם זעלבן פּרעה, נאָר אַזוי ווי ער ווייס דאָך אַז בשעת ער וועט קומען צוגיין און הייסן טאָן אַן עבירה, וועט מען אים ניט פאָלגן, טוט ער זיך אָן אין אַ זיידענער זופּעצע און זאָגט אַז ער האָט אַ גרויסע ישיבה און ער דאַרף אויף איר געלט. דערפאַר זאָל מען אַריינגעבן די קינדער אין „פּאָבליקסקול און אין „סאָנדעי־סקול", וועט ער דעמאָלט קענען בויען אַ גרויסע ישיבה פאַר מלאכים.
בשעת מען כאַפּט זיך באַצייטנס אַז די עצה שטאַמט פון פּרעה'ן, פון דעם קלוגינקן וואָס זאָגט הבה נתחכמה לו — פן ירבה — (כ"ק אדמו"ר שליט"א הפסיק ואמרג אָבער דער אמת איז אַז כן ירבה וכן יפרוץ) — פון דעם וואָס וויל אַז עס זאָל ניט בלייבן קיין שריד ופּליט, ר"ל, פון אידישקייט, פון אידישע נשמות און דורך דעם אויך ניט פון אידישע גופים,
און מען נעמט זיך מיט דער אידישער שטאַרקייט אויף מבטל זיין די גזירה, מען הערט אויף צו זוכן תכליתים צו פינף יאָר, צו זיבן יאָר, צו דרייצן יאָר און צו אַכצן יאָר, און מען האָט אמונה און בטחון אין דעם אויבערשטן,
וואָרום רבות מחשבות בלב איש,
(און זיי ברענגען קיין נוצן ניט, ווייל זיי זיינען רבות און ניט קיין יחיד, יחידו של עולם,
און) ועצת הוי' היא תקום (היא לשון יחיד), וואָרום דער אויבערשטער איז אַ בעל־הבית ניט נאָר אויפן הימל נאָר אויך אויף דער ערד, אין דעם אָרט וואו זי געפינט זיך מיט איר מאַן און מיט אירע קינדער,
איז וויסנדיק דאָס, איז ניט נאָר וואָס זי ווערט ניט נתפּעל פון איר143שכנ'טע, נאָר אדרבה זי פּועל'ט נאָך אויף איר שכנ'טע, אַז זי זאָל אויך ראַטעווען אירע קינדער פון די הענט פון פּרעה. און מען שטעלט אויף צענדליקער טויזנטער אידישע קינדער, וואָס זאָלן גיין אַנטקעגן משיח צדקנו, במהרה בימינו.
ו. און אַזוי ווי דעמאָלט, בשעת מען איז פּטור געוואָרן פון פּרעה'ן, אין די צייטן פון משה רבינו מיט מרים'ען, איז די שמחה פון די פרויען געווען פיל גרעסער ווי די שמחה פון די מענער, וואָרום אויך די גזירה האָבן די מוטערס איבערגעלעבט מער ווי די פאָטערס, די זעלבע זאַך איז אויך איצטער, אַז סיי די גזירה פון פּרעה'ן, ובמילא אויך די שמחה וועלכע קומט בשעת מען ווערט פּטור פון דער גזירה, פילן זיך מער ביי די אידישע פרויען.
דעם גרעסטן טייל פון דעם טאָג, געפינט זיך דאָך דער מאַן ניט אין הויז און אַפילו די צייט וואָס ער איז אין הויז, אויך דעמאָלט גיט ער זיך ניט אָפּ אַזוי פיל מיט דער דערציאונג פון די קינדער, ווי די פרוי.
דאַקעגן די אידישע פרוי, זי האָט מלחמה מיט פּרעה'ן, ווי פאַרשטעלט ער זאָל ניט זיין, און מיט וואָס פאַר אַ פאָרם „גוטע פריינטשאַפט" ער זאָל ניט קומען צו איר,
און דאַן איז זיכער אַז זי איז מנצח און פירט אויס אַז — הוי' (תורה און אידישקייט, איז) גאה גאה (און דאָס פאַרקערטע) סוס ורוכבו — רמה בים. און דאָס פירט זיך אויס מיט שמחה, בתופים ובמחולות, און מען גייט איבער צו פּרשת יתרו, די פּרשה פון קבלת התורה, וואָרום מען קען זאָגן, בנינו ערבים בעדינו
ז. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס עס שטייט אין מדרש (תנחומא) אויפן פּסוק ותען להם מרים, וואָס אין פלוג איז ניט פאַרשטאַנדיק דער לשון להם, וואָס דאָס איז אַ לשון זכר, צו פרויען האָט ער דאָך געדאַרפט זאָגן להן?
דערציילט ער אויף דעם אין מדרש, אַז בשעת די אידן זיינען דורכגעגאַנגען דעם ים און געזאָגט שירה, האָבן די מלאכים דעמאָלט אויך געוואָלט זאָגן שירה. האָט דער אויבערשטער געזאָגט צו די מלאכים; פריער וועלן אידן זאָגן שירה און ערשט דאַן וועט איר זאָגן שירה.
— דערמיט דערקלערט דער מדרש דעם לשון ישיר משה, ניט שר לשון עבר נאָר ישיר לשון ציווי, וואָרום דאָס איז געווען אַ ציווי פון דעם אויבערשטן: ישיר משה ובני ישראל און דערנאָך די מלאכים —
נאָכדעם בשעת מרים מיט די פרויען האָבן געזאָגט שירה, האָבן די מלאכים ווידער גע'טענה'ט, פאַר משה ובני ישראל האָבן מיר אָפּגעטראָטן דעם וועג, אָבער איצט זאָלן מיר זאָגן שירה פאַר די פרויען. לויט איין דיעה אין מדרש, האָט מען זיי נאָכגעגעבן. אָבער לויט אַ צווייטער דיעה, פירט אויס דער מדרש, אַז אויך די שירה פון די פרויען איז געווען פאַר דער שירה פון די מלאכים.
אָבער אויך לויטן סלקא דעתך פון מדרש, אַז די מלאכים האָבן ניט געוואַרט אויף דער שירה פון די144פרויען, האָבן אָבער די מלאכים ניט געקענט זאָגן שירה ביז מרים האָט זיי געגעבן רשות. און דאָס איז ותען להם מרים, להם לשון זכר, דאָס מיינט דער רשות וואָס מרים האָט געגעבן צו די מלאכים אויף זאָגן שירה.
זעט מען דערפון אויך די גרויסקייט פון דער שירה פון די פרויען, אַז דאָס רירט אָן ניט נאָר אין עולמות התחתונים נאָר אויך אין עולמות העליונים. זייער שירה קומט נאָך פריער און העכער פון שירת המלאכים.
ח. דאָס אויבנגעזאָגטע איז אַ הוראה צו יעדער אידן, אַז ס'איז ניטאָ וואָס צו שרעקן זיך, ניט פאַר פּרעה'ן, ניט פאַרן נילוס און ניט פאַר די גזירות. אויב מען גייט נאָר מיט דער אמת'ער אידישער שטאַרקייט, קען מען זיך געפינען אין מצרים, און עס זאָל דאָרטן זיין פּרעה מלך מצרים, מיט אַלע גזירות, און פונדעסטוועגן האָט עס כלל ניט צוטאָן צו זיינע קינדער; ער וועט פירן זיינע קינדער אין דרך התורה, וואָס דאָס איז די וועג וואָס עס ברענגט זיי צום לעבן, ניט נאָר לעבן אין עולםהבא נאָר אויך לעבן אין עולם־הזה.
ער וועט פירן די קינדער אין דעם וועג וואָס זיי וועלן זאָגן; זה א־לי ואנוהו אלקי אבי וארוממנהו, זיי וועלן גיין אין דעם זעלבן וועג אין וועלכן עס גייען די עלטערן.
וואָס דאָס איז דאָך דער אמת'ער נחת וואָס עס קען זיין פון קינדער.
און דעמאָלט, איז ווי מען זאָגט ווייטער אין דער שירה: תביאמו ותטעמו בהר נחלתך, אַז מען איז זוכה צו בנין בית המקדש השלישי במהרה בימינו.
און נאָך מערער, ווי ער זאָגט אין מדרש: למדת חיבתם של ישראל לפני המקום, אַז דער אויבערשטער האָט ניט געוואַרט אויפן תביאמו ותטעמו בהר נחלתך, וואָס דאָס איז דער בית המקדש, בית עולמים, נאָר זייענדיק נאָך אין מדבר האָט ער געזאָגט; ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם.
אַזוי אויך איצטער, אַז די ביסל געציילטע טעג וואָס זיינען געבליבן ביז משיח'ן, איז דורכדעם וואָס מען וועט ניט נתפּעל ווערן פון די גזירות, און מען וועט אויפשטעלן זרע ברך הוי', איז ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, אַז דער אויבערשטער וועט רוען אין יעדער אידישער הויז, און וויבאַלד אַז השי"ת רוט דאָרטן, איז דאָך זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז דאָרטן וועט זיין פּרנסה בהרחבה, געזונט בהרחבה און אמת'ער נחת פון קינדער און קינדס־קינדער לאורך ימים ושנים טובות.
ט. ווען די אידן זיינען געגאַנגען פון מצרים צום הר סיני מקבל זיין די תורה, האָבן זיי געהאַט אויפן וועג צוויי מלחמות: די מלחמה מיט פּרעה'ן און די מלחמה מיט עמלק'ן.
אין היינטיקער סדרה דערציילט די תורה וועגן דעם אָנזאָג פון השי"ת ווי די אידן זאָלן זיך פירן ביי ביידע מלחמות. ביי מלחמת פּרעה איז געווען דער ציווי „ה' ילחם לכם ואתם תחרישון" (־ט וועט פאַר אייך מלחמה האַלטן און איר זאָלט שווייגן), און ביי מלחמת עמלק — „צא הלחם בעמלק" (גיי אַרויס האַלט מלחמה מיט עמלק'ן), וואָס מיינט אויך מלחמה פּשוט אין גשמיות.
145י. דער חילוק פון די צוויי מלחמות איז;
פּרעה איז געווען הינטער די אידן. ער איז ניט געשטאַנען צווישן די אידן און דעם באַרג סיני, נאָר צווישן די אידן מיט דעם „הדגה אשר נאכל במצרים", מיט דעם „ואכלו את חלב הארץ". פּרעה האָט געשריען אַז ער וועט ניט צולאָזן צום טוב ארץ מצרים, סיידן, אַז מען וועט ווערן זיינע — פּרעה'ס — עבדים, אָבער צווישן אידן און מתן תורה איז ער ניט געשטאַנען. דערפאַר איז געווען אין דעם דער סדר — ה' ילחם לכם ואתם תחרישון.
דאַקעגן עמלק איז געשטאַנען צווישן די אידן מיט דעם באַרג סיני — און דאָ האָט זיך ניט געהאַנדלט וועגן אַן ארץ טובה ורחבה נאָר וועגן אַ מדבר, ווי די רז"ל זאָגן אין מדרש תנחומא אַז די תורה איז געגעבן געוואָרן דוקא אין מדבר — און האָט ניט געלאָזן די אידן גיין מקבל זיין די תורה.
בשעת עס איז דאָ אַ מונע ומעכב — אַ שטערער און אָפּהאַלטער — צו קבלת התורה, איז הגם הקול קול יעקב והידים ידי עשו, ידים זיינען שייך צו עשו'ן, דאָס איז זיין חלק, ווי עס שטייט ועל חרבך תחי', וויבאַלד אָבער עס איז דאָ אַ שטערער צו קבלת התורה, רעכנט מען זיך ניט מיט קיינע חשבונות און מען גייט אויף אַלע וועגן און אין אַלע אופנים, אַבי מען זאָל נאָר מקבל זיין די תורה און פאַראייניקן זיך מיט איר.
און דאָס איז דער טעם, וואָס מען האָט מלחמה געהאַלטן מיט עמלק'ן פּשוט אין גשמיות. עס איז ניט געווען קיין ענין פון כחי ועוצם ידי, נאָר עס איז געווען אַן ענין פון מלחמה לה', וואָס אין השם שלם ואין הכסא שלם עד שימחה זרעו של עמלקא) (דעם אויבערשטנס נאָמען און זיין שטול זיינען ניט גאַנץ ביז וואַנען עס וועלן אָפּגעמעקט ווערן די קינדער פון עמלק'ן).
יא. מצד דעם וואָס די מלחמה מיט עמלק'ן איז געווען צוליב קבלת התורה, דערפאַר איז די מלחמה מיט אַלע אירע פּרטים, געווען פאַרבונדן מיט משה רבנו — דער וועלכער קבל תורה מסיני.
די מלחמה האָט געשטאַמט פון משה'ן — משה האָט געזאָגט בחר גו' וצא הלחם בעמלק. די מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן מיט דער תפלה פון משה'ן, געפירט זיך דורך אנשי משה, ווי עס שטייט אין חסידות אויפן פּסוק בחר לנו אנשים — אנשי משה, און דער נצחון איז געקומען דורך יהושע — משרת משה.
יב. דער נצחון פון אידן אין מלחמת עמלק איז געווען העכער פון טבע. על פּי טבע וואָלט עמלק געדאַרפט מנצח זיין, ווי ער זאָגט אין ירושלמיח) אַז עמלק כשפן הי', און ער האָט אויסגעקליבן אַזעלכע מענטשן וואָס דאַרפן על פּי סדר הטבע לעבן, און זיי האָט ער געשיקט אין מלחמה. און פונדעסטוועגן האָט מען אים מנצח געווען, ווייל בשעת מען גייט אויף מלחמה בכח התורה, — און ווי אויבן דערמאָנט וועגן „אנשי משה", אַז יעדער איינער וועלכער איז געגאַנגען146צו מלחמת עמלק האָט געוואוסט אַז ער גייט ניט בכחו ועוצם ידו נאָר אין שליחות און מיטן כוח פון משה, בשליחות ובכח התורה — דעמאָלט איז מען מנצח למעלה מדרך הטבע.
יג. די מצוה פון זכירת עמלק איז דאָך יעדן טאָג. במילא איז דאָס אויבנדערמאָנטע אַ הוראה — אָנווייזונג — אויך אויף דער מלחמה מיטן עמלק הרוחני פון יעדן טאָג.
אויף עמלק'ן שטייט „אשר קרך", ער האָט אָפּגעקילט אידן פון זייער קאָך און התלהבות צו קבלת התורה.
בשעת אידן זיינען געשטאַנען אין דער גרעסטער התלהבות, אַזאַ התלהבות וואָס האָט גע'פּועל'ט אַפילו אויף די אומות העולם, ווי עס שטייט דער משל אין מדרש תנחומא פון אמבטי רותחת (אַ קאָכעדיקע וואַנע), אַלע האָבן געזען אַז דאָס איז אַ פלאַם פייער, דעמאָלט איז געקומען עמלק אויף אָפּקילן אידן פון דער התלהבות צו גיין מקבל זיין די תורה.
און בשעת עס געפינט זיך אַ זאַך וואָס קילט אָפּ פון תורה, האָבן מיר אויף דעם די אָנווייזונג ווי אויבן דערמאָנט; א) אַז מען דאַרף נוצן אַלערליי מיטלען, אויף מלחמה האַלטן מיט דעם, אַבי נאָר מקבל זיין די תורה. ב) מען דאַרף וויסן אַז מען טוט עס ניט בכחו ועוצם ידו (מיטן אייגענעם כוח און זעלבסט־ראַפט) נאָר בכחו של משה, בכוח התורה.
יד. אויפן פּסוק וישמע יתרו, זאָגן רז"ל מה שמועה שמע ובא — מלחמת עמלק. די שמועה האָט דערלאַנגט אויך אין מדין. און דאָס וואָס יתרו האָט געזאָגט עתה ידעתי, איז געווען אָן הכנה צו מתן תורה, ווי עס שטייט אין זוהר.
אַזוי אויך איצטער, אַז מען וועט גיין מלחמה האַלטן מיט דעם עמלק הרוחני און בכחו של משה, וועט דאָס פּועל'ן אומעטום אַפילו אין מדין), און דאָס וועט זיין אַ הכנה צו גילוי וקבלת פּנימיות התורה, וואָס עס וועט מגלה זיין משיח צדקנו בב"א.
ט"ו בשבט
טו. חמשה עשר בשבט איז ראש השנה לאילנות. כאָטש עס איז דאָ אַ פּלוגתא אין דעם, און בית שמאי האַלטן אַז ראש השנה לאילנות איז באחד בשבט, איז דאָך אָבער, בית שמאי ובית הלל הלכה כב"ה, און נאָך מער, ב"ש במקום ב"ה אינה משנהכ).
טז. קען מען זאָגן דעם ביאור אין דעם:
מיר געפינען אין עטלעכע ערטער אין ש"ס, אַז בית שמאי האַלטן, אזלינן בתר כח ווי ער איז נאָך בהעלם, און בית הלל האַלטן, אזלינן בתר פועל וגילוי.
למשל;
א) חלות דבשיא) מאימתי מטמאות משום משקה ב"ש אומרים משיהרהר — כח והעלם. וב"ה אומרים משירסק — פועל וגילוי.
ב) נרות חנוכה, ב"ש אומריםיח) יום ראשון מדליק שמונה מכאן ואילך פוחת והולך, וב"ה אומרים יום ראשון מדליק אחת מכאן ואילך מוסיף והולך. טעמא דב"ש כנגד ימים הנכנסין147(העתידים לבוא) — כח והעלם. וטעמא דב"ה כנגד ימים היוצאין (שיצאו כבר) — פועל וגילוי.
— בית שמאי גייען אַלע מאָל נאָך דער זאַך ווי זי קען זיין, לויט די באַהאַלטענע כחות. און בית הלל, — לויט דער זאַך ווי זי איז, אַנטפּלעקטערהייט —
(דער שרש הענין איז; בית שמאי שרשם מבחינת הגבורות ועבודתם בדרך העלאה — בחינת העלם. ובית הלל שרשם מבחינת החסדים ועבודתם בדרך המשכה — בחינת גילוי. הלל מלשון בהלו נרו, גילוייח)).
יז. דער ענין פון ראש השנה לאילנות איז, אַז די ביימער הערן אויף יונק זיין זייער חיות פון די וואַסערן פון אָפּגעלאָפענעם יאָר, און עס הויבט זיך אָן ביי זיי אַ נייע יניקה 24)).
דער זמן וואָס די וואַסערן פון נייעם יאָר הויבן אָן צו געבן יניקה, איז פיר חדשים נאָך דעם ווי זיי ווערן נידון.
בחג (סוכות) — ט"ו תשרי — נידונין על המיםיח) און אין פיר חדשים אַרום — ט"ו שבט — הויבן זיי אָן צו געבן יניקה די ביימער.
דאָס וואָס המים נידונים בחג, איז דאָס דער דין בפּועל ובגילוי. אָבער בכח ובהעלם איז דאָס באחד בתשרי, וואָרום ראש השנה — אחד בתשרי — איז דאָך נידון כל העולםי), און אין דעם איז אויך נכלל מים. מער ניט וואָס בפּועל קומט דאָס אַרויס בט"ו בתשרי.
וויבאַלד אַז די יניקה פון די ביימער בגילוי פון די נייע וואַסערן קומט פיר חדשים נאָך זייער דין בגילוי, קומט אויס, אַז די נייע יניקה בהעלם איז באחד בשבט — פיר חדשים נאָכן דין המים בהעלם.
דערפאַר איז בית שמאי וואָס זיי גייען נאָכן כח בהעלם, האַלטן, אַז באחד בשבט ראש השנה לאילנות, ובית הלל דאזלי בתר פועל, האַלטן, אַז בט"ו בשבט ראש השנה לאילנות.
לויט דעם קומט אויס, אַז אויך בית שמאי זיינען מודה אַז דער פּועל פון ראש השנה לאילנות איז בחמשה עשר בשבט.
יח. דער ענין פון ראש השנה לאילנות איז פאַראַן אויך אין דעם מענטשן, ווי עס שטייט כי האדם עץ השדהיז).
דער ענין פון אילן איז וואָס ער איז עושה פּירות — ער גיט פרוכטן — פון וועלכע עס וואַקסן אויס נאָכדעם נאָך אילנות עושי פּירות.
אַזוי אויך דאַרף יעדער איד זיין אַ משפּיע אויף זיין סביבה, אין שול, אין ישיבה און בכלל — אויף די אַלע אידן מיט וועלכע ער טרעפט זיך, דאַרף ער אויף זיי משפּיע זיין, עס זאָלן צוקומען נאָך אידן.
די ברכה וואָס מען גיט אים איז, אַז זיינע נטיעות זאָלן זיין כמותו — ווי ער אַליין איז — ווי זיינע פּנימיות. וואָס דאָס איז די בעסטע ברכה פאַר אַן אילן, ווי די רז"ל זאָגן, אילן אילן במה אברכך, שיהיו148נטיעותיך כמותך*1)) (בוים, בוים, מיט וואָס זאָל איך דיר בענטשן, אַז דיינע פלאַנצונגען זאָלן זיין ווי דו אַליין).
און בשעת עס וועט זיין נטיעותיך כמותך, איז ווי די גמרא איז מסיים אין מסכת סנהדריןיט), נאָך דעם ווי ער רעכנט אויס כמה קצין, אַז בשעת עס וועט זיין „ענפיכם תתנו ופריכם תשאו"כ), אין לך קץ מגולה מזה. דאָס איז דער אמת'ער סימן אַז משיח קומט.
א. ביי מתן תורה שטייט, וידבר אלקים את כל הדברים האלה לאמר. פרעגן מפרשים, וואָס מיינט „לאמר"? אומעטום וואו עס שטייט „וידבר גו' לאמר" מיינט, אַז מען זאָל דאָס איבערזאָגן צו די אידן וואָס האָבן ניט געהערט בשעת מעשה, אָבער ביי מתן תורה, וויבאַלד אַז אַלע אידן זיינען דאָרט געווען, און אַלע האָבן געהערט, היינט וואָס מיינט „לאמר"?
מען קען ניט זאָגן, אַז דאָס איז צוליב די ווייטערדיקע דורות, וואָרום ביי מתן תורה זיינען דאָך געווען אויך די נשמות פון שפּעטערדיקע דורותב).
ענטפערט אויף דעם דער מעזריטשער מגיד נשמתו עדן, אַז דער ענין פון מתן תורה איז; ממשיך זיין די עשרת הדברות פון תורה אין
אַז מען האַלט זיך אָן באילנא דחיי, כ"ק רבותינו הקדושים ותורת החסידות, און מען איז דאָס משפּיע אויך אויף אַ צווייטן אידן, ביז עס איז נטיעותיו כמותו, אַז מען וועט קענען זאָגן ראו גידולים שגידלתי, דאָס איז אַ סימן אויף קירוב הקץ פון דער גאולה העתידה על ידי משיח צדקנו.
(משיחת ש"פ בשלח, ט"ו בשבט, תשט"ז) יתרו
די עשרה מאמרות שבהם נברא העולם, ווי עס איז באַוואוסט דער פּירושא) אויפן פּסוק עשרה עשרה הכף בשקל הקודש, אַז די עשרה מאמרות זיינען שקול און מכוון אַנטקעגן די עשרת הדברות. און דערפאַר שטייט וידבר גו' לאמר, ממשיך זיין דעם וידבר — די עשרת הדברות, אין לאמר — די עשרה מאמרות.
ב. דער ענין פון דעם אין עבודת השם איז;
אַז דער אור התורה — עשרת הדברות, דאַרף לייכטן אויך אין די ענינים פון וועלט — עשרה מאמרות.
ניט ווי די וואָס מיינען אַז תורה איז אַ באַזונדער זאַך און וועלט איז אַ באַזונדער זאַך, זייענדיק אין דער סביבה פון תורה וועט ער זיין אַ תורה־איד און קומענדיק אין וועלט וועט ער זיך פירן לויט די הנחות
הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
דיווח על בעיהבלי חשבון
הטמעה באתר אחר
על הדף
פרטים
- חיבור
- לקוטי שיחות
- כרך
- חלק א׳
- מזהה
- rh-aas4jcwy