לקוטי שיחות
בא
127פרשת בא
ויום ההילולא של כ"ק אדמו"ר מהריי"צ נכג"מ זי"ע
א. אין היינטיקער סדרה דער־ נעמען דעם שה דעם צענטען טאָג? ציילט די תורה, אַז דער אויבערשטער — זאָגן די רז"ל בכדי אַז ווען די האָט געהייסן מען זאָל נעמען אַ מצריים וועלן זען באַ אידן דעם שעפּס דעם צענטן טאָג אין ניסן, שעפּס, און וועלן פרעגן, נאָך וואָס האַלטן אים עטלעכע טעג אין שטוב, האַלט איר אים אין הויז, זאָלן די און דעם פערצענטן טאָג שעכטן אים אידן ניט נתפּעל ווערן און ענטאון מקריב זיין פאַר אַ קרבן פּסח.
צוליב וואָס האָט מען געדאַרפט128פערן: מיר האַלטן דעם שעפּס אין הויז אויף צו שעכטן אים און מקריב זיין פאַר אַ קרבן.
די מצריים האָבן געדינט צו אַ שעפּס, דאָס איז געווען זייער ע"ז, (דערפאַר האָט דאָך משה רבינו געזאָגט צו פּרעה'ן, הן נזבח גו' ולא יסקלונו גו'), פונדעסטוועגן האָט דער אויבערשטער זיי געהייסן, האַלטן דעם שעפּס פיר טעג אין שטוב, און אויף די פראַגעס פון די מצריים, זאָלן זיי ענטפערן, מיר וועלן דאָס שעכטן און מקריב זיין צו דעם אויבערשטן.
דער תוקף — די שטאַרקייט — און מס"נ וואָס די אידן האָבן געהאָט אויף ניט נתפּעל ווערן פון די מצריים, האָט געבראַכט די גאולה. ווי די רז"ל זאָגן, אַז בשעת יצי"מ זיינען געווען די אידן נאַקעט פון מצות, און ווי עס שטייט ואת ערום וערי', און הללו עובדי ע"ז והללו עובדי ע"ז, האָט זיי דער אויבערשטער געגעבן די מצוה פון קרבן פּסח, און אין זכות פון דער מצוה מיט דעם מסירת נפש וואָס זיי האָבן געהאַט דערביי, זיינען זיי אויסגעלייזט געוואָרן פון מצרים.
ב. עס שטייטא), כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות. ד. ה. אַז גאולת מצרים איז אַ משל אויף דער גאולה פון לעתיד. וויבאַלד אַז ס'איז אַ משל פון תורה, איז פאַרשטאַנדיק, אַז די ענינים וואָס האָבן געבראַכט יציאת מצרים, וועלן אויך ברענגען די גאולה העתידה. כידוע, אַז אין אַ משל פון תורה זיינען אַלע פּרטי המשל צוגעפּאָסט צו דעם נמשלח).
אַזוי ווי יציאת מצרים איז געקומען דורך תוקף — שטאַרקייט — און מס"נ, אַזוי אויך די גאולה העתידה וועט קומען דורך דעם וואָס מען וועט גיין מיט תוקף און מסירת נפש.
ג. אויב אַלע מצות דאַרף מען טאָן מיט אַ תוקף, מכ"ש אַז די מצוה פון אהבת ישראל — יסוד כל התורהח), דאַרף מען אַוודאי טאָן מיט אַ תוקף, און פון קיינעם ניט נתפּעל ווערן.
מען דאַרף ריידן מיט אַ אידן וועגן תורה ומצוות, און אויב עס פּועל'ט ניט, דאַרף מען ריידן נאָך אַמאָל. אויב אַפילו יענער „בריקעט" זיך, דאַרף מען אויך ניט נתפּעל ווערן, אדרבה, פון דעם וואָס ער בריקעט זיך, איז אַ ראי'), אַז אים רירט עס אָן. במילא דאַרף מען ריידן מיט אים נאָך אַמאָל און נאָך אַמאָל, ביז עס וועט זיך ביי אים צונעמען.
מען דאַרף גיין מיט אַ תוקף. מען דאַרף טאַקע ריידן בדברי נחת כדי עס זאָל נתקבל ווערן, (וכפּתגם כ"ק מו"ח אדמו"ר; מען דאַרף יענעם ניט אַראָפּרייסן דעם נאָז) אָבער — מיט אַ תוקף. און אַז מען וועט ריידן בנחת ובתוקף, וועט מען מצליח זיין.
און דאָס וואָס דערווייל האָט ער129ניט מצליח געווען, דאַרף ער וויסן אַז די שולד איז ניט אין יענעם נאָר אין אים. יענער איז גוט, נאָר באַ אים זיינען דאָס ניט קיין דברים היוצאים מן הלב, — דערפאַר איז ניטאָ די צווייטע האַלבע — נכנסים אל הלב. ער דאַרף זאָגן אַ קאַפּיטל תהלים עס זאָל זיין יוצאים מן הלב, ובמילא וועט זיין — נכנסים אל הלב.
ד. און אַזוי ווי בשעת יציאת מצרים, איז דורך דעם תוקף פון די אידן וואָס זיי זיינען ניט נתפּעל געוואָרן פון די מצריים, זיינען זיי אַרויס פון מצרים און אויך מיטגענומען מיט זיך די כסף וזהב פון די מצריים, און די מצריים זיינען אַלע דערטרונקען געוואָרן, ווי עס שטייט לא נשאר בהם עד אחד, און אויך דער איינער — פּרעה — וואָס איז יאָ געבליבן, איז ער דערנאָך געקומען אין נינוה און אויך דאָרטן האָט ער געהאַט צרותח) ;
אַזוי אויך איצטער, ווען מען וועט גיין מיט אַ תוקף און מסירת נפש, ניט נתפּעל ווערן פון קיינעם, וועלן אַלע מנגדים בטל ווערן, און עס וועט זיין די גאולה העתידה במהרה בימינו.
ה. אין פּ' החודש, איז אויך דאָ די מצוה פון אכילת מצה — שבעת ימים מצות תאכלו.
די מצוה פון אכילת מצה איז געבליבן אויך בזמן הזה מדאורייתא.
בכלל זיינען פאַראַן דריי הויפּטענינים אין פּסח: פּסח, מצה, ומרור. ובזמן הזה, איז פּסח מער ניט ווי — ונשלמה פרים שפתינו. מצות אכילת מרור — איז נאָר מדרבנן, אָבער מצות אכילת מצה איז אויך בזמן הזה מדאורייתאח).
ו. דער חילוק פון חמץ מיט מצה, איז אין צוויי ענינים;
א) ביי חמץ הויבט זיך אויף דער טייג, ביי מצה בלייבט דער טייג ווי ער איז. און אין רוחניות מיינט דאָס; חמץ — ישות והתנשאות. מצה — ביטול.
דערפאַר איז דער עיקר ענין פון מצה, לחם עוני דוקא, ווייל דער ענין פון מצה איז ביטול, און דאָס דריקט זיך אויס אין לחם עוני דוקא. הגם אַז עסן מעג מען אויך מצה עשירה, אָבער יוצא זיין מצות אכילת מצה קען מען נאָר מיט לחם עוניז).
אויך די מצה וואָס אידן האָבן געגעסן אין מצרים, איז געווען לחם עוני.
ב) מצה און חמץ זיינען צוזאַמענגעשטעלט פון די זעלבע אותיות, נאָר מצה איז מיט אַ ה"א, און חמץ — מיט אַ חי"ת.
דער אות ה"א איז ענלעך צום אות חי"ת. ביידע זיינען פון דריי קוין (פּאַסיקלעך) און זיינען אָפן פון אונטן. דער חילוק איז נאָר, אַז אַ חי"ת איז פאַרמאַכט פון אַלע דריי זייטן אינגאַנצן, און אַ ה"א האָט אָן עפענונג פון אויבן.
130די עפענונג פון אונטן (אין ביידע אותיות) מיינט; לפתח חטאת רובץ. די פאַרמאַכונג פון די אַלע זייטן — אין אות חי"ת — מיינט: עס איז ניטאָ קיין אָרט אויף אַרויסגיין פון דעם לפתח חטאת רובץ. די עפענונג פון אויבן, — אין אות ה"א — מיינט; ער איז טאַקע אין אַ מצב פון לפתח חטאת רובץ, ער האָט אָבער אַ פּתח למעלה — אַרויסגיין פון זיין מצב און תשובה טאָן).
און כאָטש עס איז אַ קליינער פּתח, דאָך זאָגן אָבער די רז"ל; פּתחו לי כחודו של מחט — און דורך דעם — ואני אפתח לכם כפתחו של אולם. וואָרום דורך איין הרהור תשובה קען ווערן אין איין רגע — פון אַ רשע גמור אַ צדיק גמור
ז. די צוויי חילוקים זיינען אָפּהענגיק איינער פון צווייטן, בשעת מען איז בטל, איז אפילו אויב מען האָט ח"ו געזינדיקט, טראַכט מען וועגן תשובה, אָבער ווען מען איז בישות והתנשאות, טראַכט מען ניט וועגן תשובה.
ווען ער איז בטל, זוכט ער ניט צו מאַכן זיך גערעכט, במילא מאַכט ער אַ ריכטיקן חשבון, און אַז ער זעט אַז זיין פירונג טויג ניט, טוט ער תשובה. דאַקעגן מצד גרויסהאַלטן זיך, געפינט ער חשבונות אויף גערעכט מאַכן אַלע זיינע הנהגותכ).
ח. נאָך מער; ניט נאָר וואָס נאָך דעם ווי ער האָט געטאָן ניט קיין גוטע זאַך, געפינט ער אַ תירוץ אויף דעם ווייל ער וויל בלייבן גערעכט באַ זיך, נאָר אויך באַלד לכתחילה בשעת עס קומט צו מקיים זיין אַ מצוה וואָס ער דאַרף זיך אַ בויג טאָן, איז מצד זיין גרויסהאַלטונג, געפינט ער אויס חשבונות און טעמים ער זאָל דאָס ניט דאַרפן מקיים זיין.
צדקה איז דאָך כללות המצותיא), וועט מען פאַרשטיין דעם ענין אין מצות הצדקה און פון דעם אין אַלע מצות.
בשעת ער זעט אַן אָרעמאַן, טענה'ט ער די טענה וואָס טורנוסרופוס האָט געפרעגט באַ ר' עקיבא'ןיח), אם אלקיכם אוהב עניים הוא, מדוע אינו מפרנסם? (אויב אייער גט האָט ליב אָרעמעלייט, פאַרוואָס שפּייזט ער זיי ניט?) ד. ה. אַז מצד זיין גרויסהאַלטן זיך, מאַכט ער באַ זיך אַ חשבון, אַז דאָס וואָס ער פאַרמאָגט — איז דאָס ווייל אים קומט, און אדרבה עס קומט אים מער, איז ווי איז שייך אַוועקגעבן דערפון. ישות עצמו דערלאָזט דאָך ניט יענעמס מציאות, — לייגט זיך אָפּ באַ אים גאָר געשמאַק אַז דער צווייטער איז ניט גלייך צו אים, איז במילא ביי אים זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז דאָס וואָס דער צווייטער איז אַן אָרעמאַן, איז דאָס ווייל דעם צווייטן קומט ניט. ובמילא — טראַכט ער ביי זיך — וויבאַלד אַז דער אויבערשטער וויל, ווי די גערעכטיקייט איז, אַז יענער זאָל זיין אַ עני, זאָל ער אים געבן?
131דאַקעגן ווען ער איז בטל;
א) מאַכט ער באַ זיך אַ חשבון און משפּט זיך אַליין, צי איז ער טאַקע בעסער פאַרן צווייטן, און דער חשבון ברענגט אים צו געבן צדקה, וכמ"ש משפּט וצדקה ביעקב אתה עשית, אַז דער משפּט וואָס ער מאַכט איבער זיך ברענגט אים צו צדקה.
ב) פאַרשטייט ער, אַז אויב אפילו דאָס וואָס דער צווייטער האָט ניט, איז מצד אַן עונש, רחמנא לצלן — איז דאָס וואָס ער האָט יאָ, ניט קוקנדיק אויף זיין אייגענעם ניט גוטן מצב ומעמד — צווינגט דאָס אים צו זאָגן אַז מען איז ביים אויבערשטן ווי קינדער און בעת דער מלך שטראָפט זיינעם אַן אייגענעם קינד, און אַ פריינד פון מלך טוט אים אַ טובה, איז דער מלך אַליין זייער צופרידן פון דעם — ווי עס איז רבי עקיבא'ס תשובה.
און אַזוי ווי עס איז אין מצות הצדקה, אַזוי איז אין אַלע מצות.
ט. אַ חוץ דעם וואָס מצד האַלטן זיך גרויס, זוכט ער אויף יעדער זאַך אַ חשבון אַז ער פירט זיך אויף ווי עס דאַרף צו זיין, איז נאָך מערער, אפילו דאַן ווען ער קען בשום אופן ניט געפינען קיין תירוץ און מוז מודה זיין אַז ער פירט זיך אויף ניט ווי מען דאַרף, געפינט ער אָבער אויס פאַרשידענע סיבות וואָס האָבן אים געבראַכט צו דעם, ובמילא בלייבט ער אַלץ גערעכט ביי זיך.
אויף איין זאַך טענה'ט ער אַז דאָס איז מצד דעם יצה"ר, וואָס יצרו בוער כאש — זיין יצר הרע ברענט ווי פייער. די גמרא אַליין זאָגט דאָךי), אַז דער אויבערשטער האָט חרטה אויף דעם וואָס ער האָט באַשאַפן דעם יצה"ר, קען מען דאָך באַ אים ניט מאָנען, פאַרוואָס ער האָט אים ניט מנצח געווען. אויף אַ צווייטער זאַך טענה'ט ער, אַז מקומו גרם לו לחטוא — זיין אָרט ברענגט אים צו זינדיקן א. א. וו.
די אַלע חשבונות וועלכע ווערן דערמאָנט אין תניאיד), אַז מען דאַרף מלמד זכות זיין אויף יענעם, מאַכט ער זיי אויף זיך. און ער טראַכט באַ זיך, אַז לויט די אומשטענדן אין וועלכע ער געפינט זיך, איז נאָך גאַנץ שיין אַז ער איז אַזוי. אַן אַנדערער אויף זיין אָרט וואָלט געווען ווער ווייס וואָס.
נאָך מערער; אויך ווען ער ווייס אַז זיין אויפפירונג איז ניט קיין גוטע, און קיין סיבות אין וואָס צו אָנהענגען זיין אויפפירונג האָט ער אויך ניט, פונדעסטוועגן — על כל פּשעים תכסה אהבהיח). דער דיוק פון דעם וואָרט פּשעים איז: פּשעים אלו המרדיםיח) (ווידערשפּעניקונגען). ער האָט ניט קיין פאַרענטפער, און ווייס אַליין אַז ער איז אַ מורד, פונדעסטוועגן — תכסה אהבה. מבטל זיין, אפילו מיט טענות שקר — קען ער ניט בשום אופן, פאַרדעקט ער דאָס מיט אהבת עצמו — זיין ליבשאַפט צו זיך אַליין.
י. און דאָס איז דער חילוק פון חמץ ביז מצה;
132חמץ איז זעלבסט־דערהויבונג, חמץ איז מיט אַ חי"ת, וואָס איז אָפן פון אונטן — לפתח חטאת רובץ, אַ סתום מכל צד (פאַרמאַכט פון אַלע זייטן) — ער האָט ניט קיין פּתח צו תשובה טאָן. ווייל מצד התנשאות; א) פאַרענטפערט ער זיין פירונג — אַז עס איז גאָר גוט. ב) ער געפינט סיבות און תירוצים אויף זיין הנהגה. ג) על כל פּשעים תכסה אהבה. הצד השווה — ער טוט ניט קיין תשובה.
מצה איז ביטול, מצה איז מיט אַ ה"א, פּתוח למעלה, — וואָס איז אָפן פון אויבן — ווייל מצד הביטול; א) פאַרענטפערט ער ניט זיין הנהגה. ב) ער האָט ניט קיין תירוצים. ג) און ווען ער זעט־איין דעם ניט גוטן מצב אין וועלכן ער געפינט זיך, איז ער צעבראָכן פון דעם.
צעבראָכנקייט, איז ווי דער רבי מהר"ש האָט געזאָגט; אַ אידישער קרעכץ איז תשובה עילאה, ובמילא איז אין איין שעה, מיט איין קער (שעה מלשון הפנה), ווערט ער אַ צדיק גמור.
יא. דערמיט וועט מען פאַרשטיין, וואָס אין ירושלמייז) לערנט ער אָפּ דעם לימוד פון ל"ט מלאכות, פון דעם וואָרט אלה הדברים; ער דרש'נט דעם ה"א פון אלה אַזוי ווי עס וואָלט געווען אַ חי"ת — באַטרעפט דער וואָרט אלה, ניין און דרייסיק.
אין פלוג איז דאָך קשה, אמת טאָקע אַז די אותיות פון זעלבן מוצא פאַרבייטן זיך, אָבער ווי דרש'נט מען דעם ה"א פאַר אַ חי"ת אין אַן ענין פון מספר?
נאָר דער ענין איז ; די ל"ט מלאכות פון וועלט, איז מצד זייער בריאה און התהוות זיינען זיי אַן ענין פון חי"ת, כנ"ל. נאָר דורך דער עבודה פון אלה הדברים — מלאכות המשכן — ששת ימים תעשה (בדרך ממילא)יח) מלאכה גו' מאַכט מען פון זיי אַ ה"א. דערפאַר איז אין פּסוק וואו ער רעדט וועגן דער עבודה פון אלה הדברים — ל"ט מלאכות ווי זיי זיינען געווען אין משכן — זאָגט ער אלה מיט אַ ה"א, ווייל דורך עבודה, מאַכט מען פון זיי אַ ה"א.
יב. בכלל זיינען אַלע רביים, נשיאי ישראל, ביז כ"ק מו"ח אדמו"ר ועד בכלל, איין זאַך, און יעדער איינער פון זיי האָט געטאָן אַלע ענינים. וואָס דאָס איז דאָך אויך פאַרשטאַנדיק פון דעם לשון „ממלא מקום אבותיו", אַז ער פילט אָן דעם מקום אין אַלע פּרטים.
פונדעסטוועגן האָט יעדער רבי געהאַט זיין באַזונדערן ענין אין וואָס ער האָט זיך געקאָכט, וואָס דורך דעם ענין האָט ער דורכגעפירט אויך די איבעריקע ענינים.
ווי עס ווערט דערקלערט אין אגה"קיט) דער מאמר רז"לכ), אבוך במאי זהיר טפי, אַז כאָטש ער האָט מקיים געווען אַלע מצות, פונדעסטוועגן האָט ער געהאַט אַ ספּעציעלן ענין, וואָס דער ענין איז דער שער133פון זיין נשמה, און דורך דעם שער האָבן עולה געווען אַלע זיינע תורה ומצות.
און דאָס שטימט מיט דעם וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר דערקלערט אין די שיחות די חילוקים אין די רביים בענין הספירות, אַז דער בעש"ט און דער מגיד זיינען — כתר, דער אַלטער רבי חכמה, דער מיטעלער רבי בינה וכו'. און עס איז באַוואוסט אין דעם ענין הספירות, אַז יעדע ספירה איז כלול פון אַלע ספירות, אָבער דאָס איז דאָך ווי די אַלע ספירות גייען דורך דורך דער ספירה דוקא. און אַזוי אויך אין די רביים, אַז דורך דעם ענין אין וועלכן יעדער רבי בדורו האָט זיך געקאָכט (לויט דער ספירה אין וועלכער ער איז), איז ער כולל אויך די איבעריקע ענינים.
יג. דער ענין אין וועלכן עס האָט זיך געקאָכט דער רבי בעל ההילולא איז: עס זאָל זיין אַלץ בפועל ממש ובהתפשטות ביותר.
דער רבי האָט זיך קיין מאָל ניט אָפּגעשראָקן פאַר דעם צווייטנס מצב, צי ער איז אַ ירא־שמים בתכלית, צי מיטל־מעסיק, אָדער אַפילו אַזאַ וואָס דער שטות פון נפש הבהמית פאַרדעקט אויפן אמת, אויף אַזוי ווייט, אַז ער ווייס גאָרניט אַז ער דאַרף תשובה טאָן. אין וועלכן מצב יענער איז נאָר געווען, האָט זיך דער רבי פאַרנומען מיט אים, זייער אָפט געטאָן אים אַ טובה אין גשמיות, וואָס במילא איז דאָס געווען אַ טובה אויך אין רוחניות.
ווייל בשעת יענער ווייס אַז מען האָט אים געטאָן אַ טובה אין גשמיות איז דאָס ע"ד ווי די גמרא זאָגט, אין אדם מעיז פּניו בפני בעל חובוכא), ובמילא האָט דאָס אויף אים גע'פּועל'ט אויך אין רוחניות.
אויסער דעם וואָס דער אַלטער רבי שרייבט אין תניאיא): „והן לא, לא הפסיד שכר מצות אהבת רעים", לבד זאת פּועל'ט מען אויך, אַז יענער קערט זיך אום בתשובה, צו ווערן אַזוי ווי מען דאַרף.
יד. די תנועה וואָס איז געווען באַ דעם רבי'ן, לערנט מען זי אָפּ פון דעם ערשטן מנהיג ורועה ישראל — משה רבינו.
עס שטייט; אלה הדברים אשר דבר משה — דברי תוכחה. ווען איז דאָס געווען — אחרי הכותו את סיחון גו'. נאָך דעם ווי מען טוט יענעם אַ טובה אין גשמיות, זאָגט מען יענעם מוסר. און דער מוסר ווערט נתקבל און טוט אויף וואָס ער דאַרף אויפטאָן 28)).
און דאָס איז אַ הוראה צו אתפשטותא דמשה בכל דרא — משה שבכל דור; די ערשטע זאַך משפּיע זיין חסד, ברכה והצלחה און דאַן מוסרן. און אין אַזאַ סדר — אויך אַפילו ווען דער מוסר איז* אויף אָן ענין פון עגל — היפּך האמונה.
טו. מען האָט אַמאָל געפרעגט באַ דעם רבי'ן בעל ההילולא, אַ טעם אויף זיין הנהגה צו מקרב זיין אַלע אידן, אפילו די וועלכע זיינען אין אין אַ פאַרקערטן סוג פון מעלין ולא מורידין.
134האָט דער רבי געענטפערט;
אין שו"ע זיינען פאַראַן פיר חלקים, או"ח, יו"ד, אבהע"ז און חו"מ וועלכער איז דער לעצטער חלק. די דינים וועגן די ענינים פון מעלין וכו' זיינען אין חו"מ, און אין חו"מ גופא — אין די לעצטע סימנים.
דער סדר ווי מען דאַרף לערנען איז, ע"פ הנ"ל, אַלע סימנים פון או"ח, יו"ד, אבהע"ז, און רובו ככולו פון חו"מ ביז די עטלעכע סימנים צום סוף, און דעמאָלט ערשט לערנט מען צי מעלין, צי ח"ו פאַרקערט.
טז. דער פּנימיות הענין פון דעם;
בשעת מען טוט אַ אידן אַ טובה, איז קיין ספק ניט אַז מען טוט אַ מצוה. אָבער בשעת מען טוט אַ אידן ניט קיין גוטע זאַך, און מען טענה'ט אַז דאָס איז עפ"י תורה, איז ערשטנס קען זיין אַז מען האָט אַ טעות אין דין. ווייטער קען זיין אַז מען טוט דאָס צוליב אַ פּני', און דערצו קען זיין אַז מען שמייסט יענעם, ניט ווייל דער שו"ע הייסט, נאָר ווייל מען האָט אַ געשמאַק אין שמייסן*.
אַזוי געפינען מיר, אַז אַ שופט דאַרף זיין אַן איש החסד דוקא)), ער דאַרף קענען געפינען אַ זכות אויף יענעם. און אפילו בשעת ער פּסק'נט אָפּ מלקות, און אַמאָל נאָך אַן ערגערע זאַך, אויך דאַן קען ער אַליין ניט מוציא זיין דעם פּסק דין לפּועל, כאָטש עס איז עפ"י שו"ע, וואָרום ער קען ניט פאַרטראָגן יענעמס צער, און לפּועל טוט עס אַ שליח ב"ד.
— סיידן אַ צדיק גמור אַזוי ווי שמואל הנביא, וואָס ער האָט ניט קיין אייגענע מציאות און כל מציאותו איז געווען לקיים רצון העליון, האָט ער אַליין גע'הרג'עט אגג'ן.
יז. חסידים ווילן דאָך גיין אין דעם רבי'נס דרכים, דארף מען וויסן, אַז הגם מען דאַרף זיך טאַקע אויסהיטן פון דעם וואָס שטייט נידעריקער, ער זאָל ניט אַראָפּשלעפּן ח"ו, אָבער מען דאַרף אים ניט מרחק זיין, נאָר אים אויפהויבן, און טאָן אַ טובה אַפילו בגשמיות, איז דורך דעם — קומט שפּעטער אויך אַ טובה אין רוחניות.
און דעמאָלט איז כמרז"לח) ע"פּ מאיר עיני שניהם הוי', אַז מען העלפט מלמעלה אויך אים, ער זאָל גיין בדרך הישר, און מען איז אים משפּיע ביד רחבה אַלץ וואָס ער באַדאַרף, צו אים און צו זיינע בני בית. מען איז אים משפּיע פון דעם חסד שלמעלה וואָס ס'איז בלי גבול, און מען גיט אים אויך אַ כלי, ווי דער טייטש פון חסידות, והוא יכלכלך — געבן אויך די כלי אין וואָס עס זאָל נמשך ווערן די השפּעה.
יח. צווישן די תקנות פון רבי'ן בעל ההילולא איז פאַראַן די תקנה, מען זאָל יעדן טאָג לערנען די פּרשה חומש מיט רש"י — פון דער סדרה פון וואָך — וואָס איז שייך צום באַטרעפנדיקן טאָג.
135און דער רבי האָט דערביי געזאָגט דעם וואָרט פון אַלטן רבי'ן, אַז מען באַדאַרף לעבן מיט דער צייט, וואָס דאָס מיינט, אַז פון דער פּרשה וואָס מען לערנט יעדן טאָג, דאַרף מען אַרויסנעמען הוראות וואָס זיינען שייך צו דעם טאָג.
יט. אין דער פּרשה וואָס איז שייך צום היינטיקן טאָג פון יום ההילולא (פון שני ביז שלישי אין סדרה בשלח), רעדט זיך אַרום וועגן דעם מעמד ומצב וואָס איז געווען ביי אידן אַ וויילע פאַר קריעת ים סוף.
קריעת ים סוף איז געווען איינע פון די גרעסטע ניסים, כלשון רז"לכ), קשה כקריעת ים סוף. קריעת ים סוף איז אַ הכנה צו מתן תורה און אויך צו דער גאולה העתידה.
ווי אַזוי איז מען געקומען צו קריעת ים סוף?
דערציילט זיך אין דער פּרשה שלישי וואָס מען לערנט מאָרגן, נאָך דער הילולא; עס איז געווען אַ איד, נחשון בן עמינדב, וואָס האָט זיך מוסר נפש געווען און אַריינגעשפּרונגען אין ים, און דורך דעם האָט ער פּועל געווען די המשכה אין אַלע אידן און אַראָפּגעטראָגן דעם נס פון קריעת ים סוף דאָ למטה.
כ. דאָס וואָס נחשון בן עמינדב איז אַריינגעשפּרונגען אין ים, איז דאָס געווען אין יענער צייט און אין יענער לאַגע, אַן ענין וואָס ס'איז ניט געווען אינגאַנצן אויסגעהאַלטן. עס איז דאָך באַוואוסט די שיטה, אַז די אידן פאַר מתן תורה האָבן
26) סוטה ב, א. עהאַט אַ דין פון בני נח, און ס'איז אַ פּלוגתא אין ראשונים ואחרונים צי אַ ב־נח איז מחויב אויף מסירת נפש.
איז אויב מען נעמט אָן, אַז בני נח זיינען ניט מחויב במסירת נפש, טאָרן זיי זיך ניט מוסר נפש זיין, וואָרום זיי זיינען דאָך מצווה אויף שפיכות דמים אפילו של עצמו, אַזוי ווי עס שטייט אַך את דמכם לנפשותיכם אדרוש, במילא קומט דאָך אויס אַז נחשון האָט זיך ניט געטאָרט מוסר נפש זיין.
אַפילו לויט די שיטות וואָס האַלטן אַז אידן פאַר מתן תורה האָבן זיך געפירט ניט ווי בני נח, איז דאָס דוקא לחומרא אָבער ניט לקולא. במילא האָט מען זיך ניט געטאָרט מוסר נפש זיין.
נאָר נחשון האָט געוואוסט אַז ווען דער אויבערשטער האָט אַרויסגענומען די אידן פון מצרים האָט ער געזאָגט, בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה, ד. ה. אַז פון מצרים דאַרף מען גיין צום באַרג סיני מקבל זיין די תורה. במילא איז אים ניט געווען נוגע וואָס עס איז אין מיטן וועג. ער ווייסט אַז מען דאַרף גיין צום באַרג סיני. אויב עס איז דאָ אין מיטן אַ ים, האָט עס צו אים קיין שייכות ניט, ער דאַרף שפּרינגען אין ים און גיין ווייטער ביז ער וועט קומען צו מתן תורה.
כא. ווי עס ווערט דערציילט אין מדרש (פּרקא דרבנו הקדוש) אויף דער פּרשה פון היינט, וואָס איז שייך צום יום ההילולא, אַז עס זיי־136נען דעמאָלט ביי אידן געווען פיר כתות; איין כתה האָט געהאַלטן אַז ניתנה ראש ונשובה מצרימה. אַ צווייטע כתה האָט געהאַלטן מען זאָל מלחמה האַלטן מיט די מצריים. אַ דריטע כתה האָט גע'טענה'ט מען זאָל לויפן אין מדבר. מער ניט ווי איין כתה האָט געהאַלטן, אַז מען מעג אָדער מען דאַרף גיין אין ים.
איז דאָך באמת מצד דעם חשבון פון אַחרי רבים להטות, האָט דאָך נחשון אַפילו על פּי שכל דקדושה געקאָנט צווייפלען אויב מען מעג גיין אין ים.
נאָר נחשון האָט ניט געוואָלט אַריינגיין אין קיין שקלא וטריא. ער האָט געוואוסט אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט אַז מען דאַרף גיין צום הר סיני מקבל זיין די תורה. האָט נחשון גע'טענה'ט, אַז צו דערגרייכן דעם ציל, איז ניט קיין וועג זיך אומצוקערן קיין מצרים, אויך ניט מלחמה האַלטן מיט מצרים אָדער גיין אין מדבר. צו דעם איז דאָ מער ניט ווי איין וועג, און דאָס איז — גיין אין ים. במילא דאַרף מען שפּרינגען אין ים, וואָס דורכדעם ווערט מען מיט אַ טראָט נענטער צום הר סיני.
כב. דער מעמד ומצב פון אידן ביי קריעת ים סוף איז אַ הוראה לדורות, אַזוי אויך צו דער עבודה פון דעם רבי'ן בעל ההילולא, וואָס ער אַליין האָט געאַרבעט אין עבודת הקודש מיט מסירת נפש און ער האָט דאָס אויך איבערגעגעבן צו די וואָס גייען אין זיינע וועגן.
באַלד ביים אָנהויב פון זיין נשיאות האָט ער אָנגעהויבן זיין עבודה בקודש מיט מסירת נפש. עס איז דאַן געווען אין רוסלאַנד די צייט ווען ד יעווסעקעס האָבן געבושעוועט, און אָנ' צונעמען דעמאָלט אויף זיך אַ נשיאות מפיץ זיין תורה ומצוות און פּנימיות התורה, איז דאָס געווען אָן ענין הפכי פון סדר המדינה, היפּך הטבע, און מען האָט אויף דעם געדאַרפט האָבן מסירת נפש והגוף בפּועל ממש.
און דעם מסירת נפש האָט ער אויך געמאָנט פון די וואָס זיינען מיט אים מיטגעגאַנגען און מיטגעאַרבעט.
הגם אין שלחן ערוך געפינט מען ניט קיין דין, אַז מען זאָל מאָנען פון יענעם מסירת נפש; אויף אַלע מצוות געפינט מען אַז מען דאַרף מאָנען ביי יענעם, וואָס דאָס גייט אַריין אין דער מצוה פון הוכח תוכיח את עמיתך, אָבער אויף זוכן מסירת נפש, געפינט מען דאָס ניט —
ווען איז דאָס גערעדט געוואָרן, בשעת מען פילט ניט אַז מען האָט אַ שליחות פון אויבן. אַנדערש איז אָבער בשעת עס איז על דרך; שכינה מדברת מתוך גרונו.
כג. דער רבי רעדט אַרום אין אַ מאמר דעם חילוק פון מסירת נפש פון רבי עקיבאָ און דעם מסירת נפש פון אַברהם אָבינו. אַז רבי עקיבאָ האָט געשטרעבט צו דעם און געזוכט דעם ענין פון מסירת נפש, ווי ער האָט געזאָגט מתי תבא לידי ואקיימנה.
מה שאין כן ביי אברהם אבינו איז מסירת נפש ניט געווען אַן עבודה פאַר זיך. זיין ענין איז געווען, ויקרא שם בשם הוי' א־ל עולם, אָל תקרי137ויקרא אלא ויקריא, ער האָט געמאַכט יענעם שרייען, אַז אַלע זאָלן שרייען ניט א־ל העולם, אַז אלקות מיט עולם זיינען פרבונדן אָבער פאָרט צוויי זאַכן, נאָר א־ל עולם, דאָס איז איין זאַך — אין עוד מלבדו.
דאָס איז געווען אברהם אבינו'ס עבודה. ניט ער האָט געזוכט מסירת נפש, נאָר אויב עס האָט זיך געפאָדערט צו זיין עבודה מסירת נפש איז ער געווען גרייט אויף דעם. אַז מען האָט אים אַריינגעוואָרפן אין כבשן האש, — איז דאָס ניט געווען קיין מניעה, אַבי דורכצופירן זיין עבודה פון ויקרא שם בשם הוי' אעולם.
און אויף דעם זעלבן אופן איז געווען די הנהגה ביי דעם בעל ההילולא. ער האָט זיך ניט געיאָגט נאָך מסירת נפש, ניט דאָס איז געווען זיין ענין. ער האָט זיך געיאָגט נאָך דעם ויקרא שם בשם הוי' א־ל עולם, מפיץ זיין תורה ומצוות מיט פּנימיות התורה מיט אירע מנהגים און הדרכות. דאָס איז געווען זיין ענין און צוליב דעם האָט ער זיך ניט אָפּגעשטעלט פאַר קיין זאַך און געטאָן זיין אַרבעט מיט מסירת נפש ועד בכלל.
במילא איז ער ניט אַריינגעגאַנגען אין חקירות און שקלא וטריא אויב מען דאַרף על פּי דין אין אַזאַ פאַל זיך מוסר נפש זיין אָדער ניט. וואָרום ער טוט ניט אין דעם ענין פון מסירת נפש, ער טוט אין הפצת והחזקת היהדות און וועגן אַנדערע זאַכן קלערט ער ניט, קיין זאַך שטעלט אים ניט אָפּ פון זיין אַרבעט.
און דערפאַר ווערט ער אויך ניט נתפעל פון די פאַרשידענע כתות וואָס זיינען פאַראַן ביי אידן. אים איז ניט נוגע די אַלע טענות. ער ווייס מער ניט ווי איין זאַך, אַז מען דאַרף גיין וואָס נענטער צו הר סיני. אַי, ס'איז אין מיטן דאָ אַ ים, שפּרינגט ער אין ים. אַי, וואָס וועט זיין שפּעטער, — דאָס איז דעם אויבערשטנס געשעפט, אים איז דאָס ניט נוגע, ער דאַרף זיך טאָן זיינס, גיין אַלץ נענטער צו הר סיני.
כד. און דאָס איז די הוראה וואָס דער בעל ההילולא האָט אונז איבערגעגעבן, צו די אַלע וואָס דאַרפן צוגרייטן זיך צו דער גאולה העתידה;
אונזער אַרבעט איז צו מקיים זיין דעם; אַני נבראתי לשמש את קו* ניא). אונזער אַרבעט איז — אוהב את הבריות ומקרבן לתורה.
דאָס איז אונזער ענין און מער איז אונז גאָרניט נוגע.
דאָס וואָס עס זיינען דאָ פאַרשידענע כתות מיט סברות שונות און אויך משונות, דער שרייט, ניתנה ראש ונשובה מצרימה, דער שרייט, מען דאַרף מלחמה האַלטן, דער שרייט, מען דאַרף אַנטלויפן אין מדבר, — וויבאַלד אָבער דאָס איז ניט דער וועג צו ווערן נענטער צו קבלת התורה, איז דאָס ניט אונזער וועג.
אונזער ענין איז גיין צו קבלת התורה. עס איז דאָך נותן התורה לשון הוה. און דאָס וועלן מיר טאָן אָן חשבונות. איז פאַראַן אין מיטן138אַ ים — מהיכי תיתי, וועט מען גיין אין ים. איז פאַראַן אין מיטן אַ באַרג, וועט מען דורכשפּאַרן דעם באַרג. מיר גייען צו קבלת התורה אויף פאַראייניקן זיך מיטן אויבערשטן.
און אַז מען גייט מקבל זיין די תורה אָן חשבונות, איז דעמאָלט, ה' ילחם לכם ואתם תחרישון.
כה. און אַזוי ווי עס שטייט אויף נחשון'ען אַז ער האָט זוכה געווען צו זיין דער ערשטער פון די נשיאים צו מקריב זיין און מחנך זיין דעם משכן, עס זאָל זיין דער ושכנתי בתוכם, אַזוי דאַרף אויך יעדער איד זיך באַטראַכטן אַלס אַ נחשון.
און דעמאָלט וועט זיין, ווי ער זאָגט אין תיקוני זהר, אַז בעת עס וועט זיך געפינען איין איד וואָס איז ווי עס דאַרף צו זיין (דאָרט שטייט דער לשון צדיק, און ס'איז דאָך ועמך כולם צדיקים), וועט ער ברענגען משיח'ן, און וועט מקבל זיין די פּנימיות התורה וואָס משיח וועט מגלה זיין.
און דורך דעם וועט מען צוקומען צו אַז ישיר, מכאַן רמז לתחיית המתים מן התורה, אַז עס וועט זיין הקיצו ורננו שוכני עפר והוא בתוכם, אַז דער רבי דער בעל ההילולא וועט אונז פירן אַנטקעגן משיח'ן בחסד וברחמים.
כו. בשעת זיין ברית האָט דער רבי געוויינט, ווי דער שטייגער איז ביי קינדער, האָט זיין זיידע דער רבי מוהר"ש געזאָגט 5 וואָס וויינסטוז ווען דו וועסט אויסוואַקסן וועסטו זיין . . . און זאָגן חסידות בשפה ברודה. אַזוי איז פאַרצייכנט אין דעם רבי'נס רשימות המאסר מיט אַ מקום חלק נאָכן וואָרט זיין. פון חסידים האָב איך געהערט אַז ער האָט געזאָגט וועסטו זיין אַ רבי. דערמיט איז פאַרשטענדלעך וואָס עס איז דאָ אַ ליידיקער אָרט אין די רשימות פון רבי'ן.
כז. ווען דער רבי איז געווען אַ קינד, אין יאָר תרמ"ד, האָט דאַן זיין פאָטער, דער רבי (מהורש"ב) נ"ע, געלעבט אין אַ דירה פון צוויי צימערן. איין צימער איז געווען דער חדר המטות — שלאף־צימער — און אין צווייטן צימער איז ער געזעסן צוזאַמען מיט הרה"ג והרה"ח רי"מ בעזפּאַלאָוו און געלערנט. דאָרט איז אויך געווען דעם רבי'נס בעטל. דער רבי איז געווען זייער אַ שיינער, זיין פּנים האָט געלויכטן. אַמאָל, אין מיטן לערנען, שפּעט ביינאַכט האָט הרי"מ געזען דעם רבי'ן שלאָפנדיק, האָט ער אָנגעהויבן ריידן מיט דעם רבי'ן נ"ע אַז דער אויסזען און דער שיין פון פּנים ווייזט אויף טהרת המחשבה וכו'. ביי דעם רבי'ן נ"ע איז נתעורר געוואָרן אַ שטאַרקער רצון אויף אַ קוש טאָן דעם רבי'ן. איז ביי אים אַדורך אין געדאַנק, אַז אין בית המקדש איז אַ חוץ קרבנות פלעגט מען אויך ברענגען כסף, זהב וכו' לבדק הבית. האָט ער מחליט געווען איבערבייטן דעם קוש אויף חסידות. און האָט דעמאָלט אָנגעשריבן דעם מאמר חסידות ד"ה מה רבו מעשיך. אין יאָר תרנ"ב האָט ער געגעבן צום רבי'ן דעם כתב במתנה, זאָגנדיק דאָס איז אַ חסיד'ישער קוש, און מיט דער צייט וועל איך דיר דערציילן. תרנ"ו —139האָט ער אים דערציילט די גאַנצע מעשה.
כח. אין יאָר תרנ"ז איז דער רבי (מהורש"ב) נ"ע, געווען שטאַרק ניט געזונט און איז געפאָרן קיין מאָסקווע היילן זיך.
האָבן אים די פּראָפעסאָרן דאַן געזאָגט אַז ער האָט אינגאַנצן עטלעכע חדשים צו לעבן. אַז דער רבי נ"ע האָט דאָס געהערט, האָט ער באַשלאָסן צו פאָרן קיין ארץ ישראל.
האָט ער דערציילט דער רביצין, הרבנית שטערנא שרה נ"ע, וועגן דעם.
האָט אים די רביצין געפרעגט; וואָס וועסטו טאָן מיט דיינע חסידים און חסידות ז האָט דער רבי נ"ע געענטפערט איך לאָז דאָך איבער אים (געמיינט דעם רבי'ן).