לקוטי שיחות
אחרי
253פרשתת אחרי
א. אויפן פּסוק ושמרתם את משמרתי, זאָגט די גמראא) ; עשו משמרת למשמרתי. דאָס איז דער יסוד צו די גדרים וסייגים דרבנן, אַזוי אויך צו די גדרים וסייגים וואָס יעדער איד איז מחוייב צו מגדיר זיין זיך אַפילו בדברים המותרים — בכדי ניט צוקומען חס ושלום צו אַן איסור,
ווי עס שטייט אין ספרי מוסר, אַז מען דאַרף זיך אָפּהיטן אין מאה שערים פון היתר, בכדי ניט צוקומען צו איין שער פון איסור.
ב. פאַראַן וואָס זיינען בטעות און טענה'ן; צו וואָס דאַרף מען זוכן נייע חומרות? מילא דאָס וואָס רבותינו אין יעדן דור האָבן גע'אסר'ט, איז „לא תסור מן הדבר אשר יגידו לך"ב), דאַרף מען אָבער אויך ניט צופיל מדקדק זיין אין דעם, וואָרום עס איז דאָך מער ניט ווי אַ דרבנן, ומכל שכן נייע חומרות דאַרף מען געוויס ניט זוכן, דייך מה שאסרה לך התורה
און זיי ברענגען נאָך אַ ראי' לדעתם פון דעם וואָס עס שטייט אין ירו
שלמי*), אַז אַ מענטש וועט דאַרפן אָפּגעבן אַ דין וחשבון אויף יעדער זאַך וואָס ער האָט געזען און ניט געגעסן.
נאָך מער — טענה'ן זיי — אַזוי ווי אויספירן אַלץ איז דאָך זייער שווער, איז ניט כדאי צו מרבה זיין חומרות און הידורים, דורך דעם קען מען חס ושלום פאַרלירן דעם עיקר. צופיל חומרות קענען נאָך ברענגען אַז מען זאָל אינגאַנצן אַוועק פון דרך התורה חס ושלום, און זיי ברענגען דערויף אַ ראי' פון חטא עץ הדעת, שרש כל החטאים, אַז דורך דעם וואָס מען האָט צוגעלייגט אַן איסור וואָס דער אויבערשטער האָט ניט געהייסן, מען האָט צוגעלייגט צום „לא תאכלו ממנו", דעם „לא תגעו בו", איז אַרויסגעקומען דער חטא.
ג. די טענה איז אָבער אַ גרויסער טעות און דער ענטפער אויף דעם איז;
כולם מרועה אחד ניתנו. מצד דעם לאו פון לא תסור האָבן אויך די גזירות דרבנן דעם תוקף און האַרבקייט ווי דינים דאורייתא, און די חילוקי דינים צווישן דאורייתא און דרבנן, זיינען מצד דעם וואָס אַזוי254האָט די תורה געוואָלט, אַז אין אַ דאורייתא זאָל זיין ספיקו לחומרא און אין אַ דרבנן ספיקו להקל) א. ד. גל.
אַזוי איז אויך בנוגע דעם חיוב וואָס יעדער איינער דאַרף זיך מגדיר זיין בדברים המותרים, וואָרום אויך דאָס איז אַ ציווי התורה — ושמרתם את משמרתי.
נוסף אויף דער עשה) פון קדושים תהיו וגו' והתקדשתם, קדש עצמך במותר לך, צו הייליקן זיך אַפילו אין דברים המותרים, גייט עס אַריין אויך אין ושמרתם את משמרתי — עשו משמרת למשמרתי.
ד. און דאָס וואָס זיי ברענגען אַ ראי' פון דעם ירושלמי און פון חטא עץ הדעת, איז דער ענטפער אויף דעם;
אדם הראשון זייענדיק אין גן עדן איז געווען אַ) מרכבה צו אלקות און ניט געהאַט קיין שייכות צו רע. אַ
א. די ערשטע דריי ציוויים פון אָנהויב פּרשה זיינען; א) קדושים תהיוא). ב) איש אמו ואביו תיראו. ג) את שבתותי תשמרו. ראי' אויף דעם איז, וואָרום גן עדן איז דאָך ניט סובל קיין מציאות הרע (וואָס דערפאַר איז נאָך דעם חטא האָט ער ניט געקאָנט זיין אין גן עדן).
אַ מרכבה — אַלץ וואָס זי טוט איז דאָס רצון הרוכב. במילא דאַרף מען דאָרטן קיין גדרים וסייגים ניט האָבן, וואָרום עס איז ניטאָ קיין חשש מען זאָל נכשל ווערן, ואדרבה, ניט נאָר וואָס די גדרים וסייגים זיינען איבעריק, נאָר זיי זיינען נאָך אַ חסרון,
וואָרום דער וואָס איז אַ מרכבה צו אלקות, און כל עשיותיו זיינען קדושה, איז בשעת ער טוט אַן ענין איז ער אים מעלה, און דורך דעם וואָס ער איז זיך מונע פון אַן ענין, איז ער מונע אַן עלי', ובדוגמת אכילת קדשים, אכילת שבת וכו'.
דאָרט אָבער וואו מען דאַרף די גדרים וסייגים יאָ האָבן, זיינען זיי אַ מעלה).
אין תורה איז דאָך אַלץ בדיוק, מוז מען זאָגן, אַז דאָס וואָס די דריי ציוויים קומען צוזאַמען איז אויך בדיוק, און זיי זיינען צווישן זיך פאַרבונדן.
ב. קדושה מיינט דאָ הבדלה, אַזוי ווי ביים סוף פון דער סדרה) שטייט: והייתם לי קדושים וגו' ואבדיל אתכם מן העמים, וואָס מיינט, אַז אידן דאַרפן זיין אָפּגעטיילט פון די אומות העולם,