English
ספרייה

לקוטי שיחות

מקץ

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

85פרשת מקץ -— שבת חנוכה

א. אין אָנהויב פון פּרשת מקץ, און אַזוי אויך אין דער פריערדיקער סדרה, וישב, דערציילט די תורה וועגן חלומות; דער חלום פון פּרעה'ן (אין פּרשת מקץ) און דער חלום פון יוסף'ן, מיט די חלומות פון שר המשקים און שר האופים (אין פּרשת וישב).

די אַלע חלומות זיינען געווען סיבות וועלכע האָבן געבראַכט צו גלות

מצרים — דער שרש פון אַלע גליותא). אַזוי ווי אַלע ענינים זיינען בהשגחה פּרטית, ממילא איז פאַרשטענדלעך, אַז דער מסובב — גלות, האָט אַ שייכות און איז ענלעך צו דער סיבה — חלום.

ב. די שייכות פון גלות צו חלום86יוערט דערקלערט אין פאַרשידענע ערטער, און אויך אין תורה אורב), אַז חלום נעמט זיך פון כוח המדמה (פאָרשטעלונגס־כוח), וועלכער פאַראייניקט צוויי קעגנזאַצן צוזאַמען, ביז אַפילו „פּילא בקופּא דמחטא" (אַן עלפאַנט אין אַן אויער פון אַ נאָדל), אויב ער האָט נאָר פריער געטראַכט וועגן דעםח).

אַזוי אויך אין דער צייט פון גלות, דוכט זיך אים אויס אַז ער האָט ליב דעם אויבערשטן און פונדעסטוועגן האָט ער ליב זיין אייגענעם גוף — כאָטש ביידע זאַכן קענען גלייכצייטיק ניט געמאָלט זיין, ביז וואַנען אַז (ווי עס ווערט אין אַ צווייטן אָרט דערקלעהט) ער קען ליגן אין תאוות און אַפילו עובר זיין אויף דעם אויבערשטנס רצון.

פונדעסטוועגן, פירט ער אויס דאָרט אין תורה אור, זאָל מען ניט מיינען, אַז וויבאַלד אַז נאָכן דאַוונען קען ער טאָן פאַרקערט ווי ער האָט געהאַלטן אין דאַוונען איז אַ ראי' אַז זיין תפלה מיט די תורה ומצות זיינען גאָרנישט, — איז דאָס ניט אַזוי. דער שרש פון חלום איז פון זייער אַ הויכן אָרט און דאָס לייכט בזמן הגלות דוקא (יעו"ש בארוכה).

ג. די דערקלערונג דערפון אין עבודה בנפש האדם איז;

ביי יעדער אידן איז דער נפש האלקית אַלע מאָל גאַנץ. די תורה ומצות וואָס אַ איד טוט זיינען אייביק — לעולם ועד). דאַקעגן די ניט ריכטיקע זאַכן וואָס ער טוט זיינען מער ניט ווי צייטווייליק (ווייל יעדער איד וועט דאָך סף־ל־סוף תשובה טאָן), במילא איז אויך איצטער זיינען זיי ניט קיין דבר של קיימא (שטענדיקע זאַך), און אַזוי ווי נהרות המכזביןח) (טייכן וועלכע טריקענען אויס).

און דערפאַר קען ניט דער רע איבערוועגן חס ושלום דעם טוב, ווייל ער איז ניט קיין דבר של קיימא, דאַקעגן דער טוב איז אַלע מאָל גאַנץ.

און אין דעם איז דאָ אַ מעלה אין זמן הגלות אויפן זמן הבית; אין זמן הבית האָבן געלויכטן די כחות „פּנימיים" (אינעווייניקסטע כוחות) פון דער נשמהח). און אויף דעם איז דאָ אַ הגבלה (באַגרענעצונג), דערפאַר טאָר אַ טמא ניט אַריינקומען אין מקדש. אָבער אין זמן פון גלות לייכטן די כחות מקיפים פון נשמה, און אין דעם זיינען ניטאָ קיינע באַגרענעצונגען, אַזוי ווי עס שטייט: השוכן אתם בתוך טמאותםז).

ד. די הוראה בפועל פון דעם איז;

ניט ווי די וועלכע האָבן אַ טעות און מיינען אַז דער איינציקער מעגלעכער וועג איז גיין מיט אַ מסודר'דיקער עבודה פון גרינגער צו שווערער, און כל זמן ער איז ניט פאַרטיק מיט די ערשטע טרעפּ קען ער ניט אָנהויבן טראַכטן וועגן די העכערע טרעפּ. דאָס וואָלט געווען ריכ־87טיק אויב אַלע ענינים וואָלטן געווען ביי אים מסודר'דיק. וויבאַלד אָבער אַז „היינו כחולמים", קען מען, און דאַרף מען, טאָן יעדע עבודה אין עבודת ה' וואָס קומט צו דער האַנט, לויט דער אָנווייזונג פון רז"ל)), חטוף ואכול חטוף ואישתי.

און אַפילו דער וואָס איז אין אַזאַ מצב וואָס אויף אים שטייט) „אי אפשר . . . להתחיל לעבוד ה' בלי שיעשה תשובה על העבר תחלה", פונדעסטוועגן פּסק'נט דער אַלטער רבי אין תניאי) — פּנימיות התורה, און אין שולחן ערוךיא) — גליא דתורה, אַז אויך ער זאָל לערנען תורה און מקיים זיין מצות. כאָטש אַז דערווייל איז ער מוסיף כוח כו', מכל מקום איז ער דאָך זיכער שלא ידח ממנו נדח, און דעמאָלט וועט דאָך אויך זיין תורה און מצות צוריקקערן זיך מיט אים.

ה. דאָס אַלץ איז ניט נאָר בנוגע גליא דתורה, נאָר אויך בנוגע פּנימיות התורה און אירע מנהגים און פירונגען, און לויט דער אָנווייזונג פון רז"ל: חטוף ואכול (— גליא דתורה, וואָס איז געגליכן צו לחםיח)), חטוף ואישתי (— פּנימיות התורה, וואָס איז געגליכן צו מיםיח)).

הגם אַז מיט דורות פריער האָט מען ניט געקענט אָנהויבן לערנען פּנימיות התורה ביז מען איז פריער דורכגעגאַנגען כמה וכמה הכנות, איז אָבער אין די היינטיקע דורות „מצוה לגלות זאת החכמה"יד) (אַ מצוה צו אַנטפּלעקן די דאָזיקע חכמה), ובפרט, נאָך דער התגלות פון תורת החסידות דורך דעם בעש"ט און כ"ק אדמו"ר הזקן און זייערע נאָכפאָלגער, איז דאָס געוואָרן אַזוי ווי אַלע חלקים פון תורה וואָס יעדער איד איז דאָך מחויב לערנען אַלע חלקים פון תורהיח).

ו. און דורך דער הנהגה פון חטוף ואכול חטוף ואישתי, אַז מען וועט זיך ניט רעכענען מיטן אייגענעם צושטאַנד צי מען האַלט דערביי צי ניט, נאָר מען וועט האַלטן אין איין מערן אין תורה ומצות (וואָס דאָס איז ענלעך צו דעם ענין פון חלום כנ"ל),

— איז דורך דעם מערן דעם אור פון תורה ומצות גופא, נעמט מען אַוועק דעם גלות־שלאָף און מען ברענגט דעם אמת'ן אור הגאולה, הוי' יהי' לך לאור עולםי), אַזוי ווי מען זעט אַז בשעת עס ווערט ליכטיק כאַפּט מען זיך אויף פון שלאָף.

ז. און דאָס איז די אָנווייזונג פון דעם וואָס חלומות זיינען געווען אַ סיבה צו גלות מצרים און יציאת מצרים.

גלות מצרים איז געווען דער שווערסטער גלות, דערפאַר ווערן אַלע גליות אָנגערופן מצריםיז), פונדעסטוועגן איז מען דוקא דורך דעם גלות88צוגעקומען צום „ואחרי כן יצאו ברכוש גדול"140)).

אַזוי אויך אין איצטיקן גלות, כאָטש די גאַנצע עבודה אין דער צייט פון גלות איז אַן ענין פון חלום, פונדעסטוועגן, איז אדרבה, מצד דעם גופא וואָס עס איז אין אַן אופן פון חלום, קען מען זיך אַרויפכאַפּן צו אַ העכערער מדריגה, אין אַן אופן פון איבערשפּרינגען, און מערן דעם אור פון תורה ומצות, וואָס דאָס נעמט אַוועק דעם שלאָף פון גלות און ברענגט צום „כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות"יט), בביאת משיח צדקנו במהרה בימינו.

(משיחת חג הגאולה, י"ס כסלו, תשי"ז)

ח. דער דערמאָנטער ענין — אַז דורכן גלות דוקא ווערט אַ גרעסערע עלי', איז מרומז אויך אין היינטיקער סדרה, אין דעם טעם פאַרוואָס אפרים איז אָנגערופן געוואָרן מיט דעם נאָמען, ווייל „כי הפרני אלקים בארץ עניי". דורך ארץ „עניי" (אָרעמקייט) דוקא איז געוואָרן דער הפרני (מערן מיך), אַ תוספות אור אין יוסף'ן.

די מעלה פון יוסף פאַר זיך אַליין איז זייער אַ הויכע. און ווי דערקלערט אין תורת חייםכ) און אין פאַרשידענע ערטער דער טעם פאַרוואָס יוסף איז באַשטראָפט געוואָרן פאַר דעם וואָס ער האָט געמאַכט כלים אין טבע, כאָטש אַז יעקב האָט אויך אַזוי געטאָן *כ), ווייל יעקב איז געווען אין סדר השתלשלות, האָט ער מורא געהאַט שמא יגרום החטא*11)), דערפאַר האָט ער געדאַרפט מאַכן כלים אין טבע, אָבער יוסף צדיק עליון, האָט מצד זיין מדרגה ניט געדאַרפט מורא האָבן פאַר קיינע ענינים און ניט געדאַרפט אָנקומען צו טבע.

ד. ז. שטייט דאָרט אויך — אויפן פּסוק ויכר יוסף את אחיו והם לא הכירוהו — דער טעם, פאַרוואָס זיינען די שבטים, אַזוי אויך די אָבות, געווען רועי צאן (פּאַסטוכער), אָפּגעזונדערט פון וועלט, בכדי אַז וועלט זאָל זיי ניט שטערן.

אָבער יוסף איז געווען אין אַזאַ מדריגה, אַז ער האָט געקענט זיין אין וועלט, אַ הערשער אין מצרים, אַז „בלעדיך לא ירים איש גו'", וואָס אין מקרא יוצא מידי פּשוטו, יעדער מצרי ווען ער האָט געוואָלט אָנטאָן כלי זיין האָט ער געדאַרפט פרעגן ביי יוסף'ן, און כאָטש יוסף האָט זיך דערמיט פאַרנומען, איז ער בשעת מעשה געשטאַנען בתכלית הדביקות באלקות.

נאָך דעם אַלעמען, דורך וואָס איז ער צוגעקומען צו „הפרני" — דורך „בארץ עניי" דוקא.

ט. דער דערמאָנטער סיפּור מיט יוסף'ן איז אַן אָנווייזונג צו אַלע אידן, אַז דער ענין פון ירידת הנשמה בגוף אין עולם הזה בכלל און89אין דעם זמן הגלות בפרט, איז דאָס ניט ח"ו אויף מאַטערן זיך, נאָר אין דעם איז פאַראַן אַ באַזונדערע מעלה.

דער תכליתכא) פון השתלשלות העולמות איז ניט צוליב די עולמות העליונים, וויבאַלד אַז פאַר זיי איז עס אַ ירידה מאור פּניו יתברך, נאָר דער תכלית איז אין עולם הזה התחתון דוקא, וואָרום אין עולם הזה שטייט דער כוח העצמות.

און אין עולם הזה גופא — האָט מען פאַר גלות מצרים ניט געקענט מקבל זיין די תורה, נאָר דוקא דורכן כור הברזל פון גלות מצרים איז מען געוואָרן כלים אויף קבלת התורה, און ווי עס דרש'נעןכב) רז"ל, אַז פאַרוואָס האָבן אידן מקבל געווען די תורה — ווייל למצרים ירדתם כו'.

י. און דאָס איז אויך וואָס עס שטייטכד) ואנכי תרגלתי לאפרים;

ביי מתן תורה שטייטיח), אַז אויב עס וואָלט געווען ששים ריבוא חסר אחד — זעקס הונדערט טויזנט ווייניקער איינער — (ווען דער אחד וואָלט ניט געווען) וואָלט ניט געגעבן געוואָרן די תורה חס ושלום אַפילו צו משה'ן. וואָס דאָס איז דאָך מרומז אין פּסוקכ), שש מאות אלף רגלי העם אשר אנכי בקרבו, אַז דורך דעם וואָס עס זיינען געווען אַלע שש מאות אלף, אויך די רגלים (פיס), און דער עיקר די רגלים (ווי עס ווערט אין אַן אַנדער אָרט דערקלערט די מעלה פון רגל — קבלת עול), איז געגעבן געוואָרן די תורה וואָס הויבט זיך אָן מיט אנכי, אַז עס איז נמשך געוואָרן דער „אנכי" צו משה'ן.

דערפאַר איז בשעת דער פּסוק רעדט וועגן אפרים'ן, וואָס זיין ענין איז כי הפרני אלקים בארץ עניי, אַז דורך מצרים קומט מען צו צום תכלית העילוי פון מתן תורה, זאָגט ער אויף דעם — ואנכי תרגלתי לאפרים, אַז דורך „תרגלתי" לשון רגל, — ד. ה. די עבודה פון קבלת עול, — דורך דעם קומט מען צו צום אנכי מי שאנכי.

(משיחת חג השבועות, תשי"ג)

חנו כה

יא. די מצוה פון חנוכה איז אָנצינדן ליכט. ווי אַזוי שאַפט מען ליכט? — מען נעמט בוימל אָדער האָלץ א. ד. גל., ד. ה. אַ גשמיות'דיקע זאַך, און מען וואַרעמט דאָס אָן, ביז עס ווערט אויס גשמי און עס הויבט אָן צו לייכטן אין דעם גאַנצן אַרום.

די ליכט וואָס מען צינדט אָן חנוכה, קומען פון די ליכט וואָס מען פלעגט צינדן אין בית המקדש. אין בית המקדש פלעגט מען יעדע נאַכט צינדן ליכט. אָבער אין דער צייט פון נס חנוכה איז ניט געווען קיין ריינע בוימל צו צינדן די ליכט, האָט דער אויבערשטער געטאָן אַ נס און מען האָט געפונען אַ פּך שמן טהור חתום בחותמו של כהן גדול — אַ קריגל ריינע בוימל, פאַרזיגלט מיטן זיגל פון כהן גדול,90— די בוימל וואָס אין פּך איז געווען גענוג קוים אויף איין טאָג, איז געשען אַ נס און עס האָט געברענט אַכט טעג. איז צום אָנדענק פון דעם נס צינדט מען ליכט, אַלע אַכט טעג פון חנוכה.

ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס די ליכט פון חנוכה קומען פון די ליכט פון מקדש, פונדעסטוועגן זיינען זיי פאַנאַנדערגעטיילט אין עטלעכע זאַכן.

א) אין בית המקדש איז אַלע מאָל געווען די זעלבע צאָל ליכט. דאָקעגן חנוכה גיט מען צו יעדער נאַכט נאָך אַ ליכט.

ב) אין בית המקדש פלעגט מען אָנצינדן די ליכט דוקא בייטאָג, ווען ס'איז נאָך געווען גוט ליכטיק. אָבער חנוכה־ליכט צינדט מען נאָך דעם ווי די זון פאַרגייט.

ג) נרות המקדש זיינען געווען אינווייניק, און נרות חנוכה איז מצוה להניח על פתח ביתו מבחוץ — אינדרויסן.

ד) מצות נרות המשכן והמקדש, איז געווען אין אַ צייט ווען אידן האָט ניט געפעלט אין גשמיות,

ספּעציעל אין דער צייט פון משכן אין מדבר האָבן אידן געהאַט אַלץ וואָס זיי דאַרפן, עסן האָבן זיי געהאָט מן מן השמים, וואַסער האָבן זיי געהאַט פון בארה של מרים, אויך די לבושים האָבן מיטגעוואַקסן מיט זיי, און געווען שטענדיק רייןכז).

אַזוי איז אויך די מצוה פון נרות המקדש געגעבן געוואָרן בימי שלמה, וואָס ס'איז געווען שלום אין זיין צייט. קיינער האָט ניט מלחמה־געהאַט מיט אידן, אדרבה, מען האָט נאָך זיי געצאָלט מס און ס'איז געווען איש תחת גפנו ואיש תחת תאנתו)).

דאָס זעלבע אויך אין רוחניות, וואָרום אַז מען האָט ניט קיין גשמיות'דיקע דאגות, גיט מען זיך אינגאַנצן אַוועק אויף תורה ומצות, רוחניות'דיקע זאַכן, אידישע זאַכן.

דאַקעגן אָבער נרות חנוכה זיינען פאַרבונדן מיט אַ צייט וואָס דאָס לאַנד איז געווען אונטער ממשלת יון און די אידישע אַרמיי איז געווען זייער אַ קליינע אין צאָל, אַזוי אויך אין רוחניות, איז ניט געווען קיין שמן טהור אַפילו אויף איין נאַכט.

יב. די אַלע חילוקים זיינען פאַרבונדן איינע מיט די אַנדערע.

בשעת עס איז גוט אין גשמיות, ובמילא אויך אין רוחניות כנ"ל,

— וואָרום ווען אַ איד האָט, גיט ער מיט אַן אָפענער האַנט און מיט אַ ברייטער האַנט אויף ענינים רוחניים —

דאַרף מען ניט האָבן קיין מלחמה און קיין מסירת נפש.

דאַן איז גענוג אַז יעדער טאָג זאָל זיין די זעלבע צאָל, מען מוז ניט צוגעבן נאָך, וואָרום עס גייט אַלץ נאָרמאַל.

אַזוי אויך דאַרף מען ניט לייגן קיין השתדלות צו באַלייכטן די גאַס. די גאַס, די וועלט — איז ניט פינסטער. די מנורה האָט געברענט אין בית המקדש ובמילא איז געווען ליכטיק אויך אין גאַס.

91אָבער אין אַ צייט פון אַ שווערן מצב, אַ צייט פון מלחמות, און ניט נאָר מלחמות מיט די יונים נאָר אויך מיט אידן מתיוניםכח), וואָרום עס זיינען געווען אַזוינע אידן וואָס האָבן ניט געהאַלטן פון בית המקדש, ניט געהאַלטן פון זעלבסטשטענדיקייט און געוואָלט אַסימילירן זיך מיט די יונים.

אין אַזאַ שווערן צושטאַנד, האָט דער אויבערשטער געגעבן די מצוה פון חנוכה־ליכט. אין אַזאַ צייט פאָדערט זיך מסירת נפש.

אין אַזאַ צייט איז ווייניק אַז מען זאָל מאַכן ליכטיק ביי זיך אין שטוב, וואָרום אויפן גאַס איז פינסטער, און די פינסטערניש פון גאַס קען דורכשפּאַרן אויך אין שטוב, דאַרף מען לייגן השתדלות אויף באַלייכטן די גאַס, מען צינדט חנוכה־ליכט ווען ס'איז פינסטער און לעבן טיר דוקא, בכדי צו באַלייכטן די גאַס.

עס איז ווייניק וואָס ער וועט צינדן ליכט ביי זיך אויפן טיש וואו ער עסט אָדער אויפן שרייב־טיש און עפענען די טיר כדי אַז די ליכט זאָל לייכטן אויך אין גאַס, נאָר מען דאַרף צינדן די ליכט לעבן טיר, מען דאַרף לייגן השתדלות אויף באַלייכטן די גאַס.

אויך איז ווייניק די צאָל ליכט פון די פריערדיקע נעכט. וואָרום מען קען זיך ניט באַנוגענען מיט דעם וואָס מ'איז ניט געוואָרן נידעריקער און מען שטייט אויפן זעלבן מצב פון נעכטן, נאָר מען דאַרף גיין אַלץ העכער און העכער.

יג. דער סך הכל פון דעם איז;

אין אַ צייט וואָס די פינסטערניש איז גרויס, דאַרף מען ניט נתפּעל ווערן פון דער פינסטערניש וואָס אין גאַס, נאָר אדרבה, מען דאַרף גיין מיט אַ מסירת נפש באַלייכטן די גאַס, און יעדער טאָג צוגעבן מער און מער ליכטיקייט, ביז מען וועט ברענגען נאָך שמן טהור, ריינע און קלאָרע בוימל.

און דער אופן אין דעם דאַרף זיין;

א) מען דאַרף זיך ניט באַנוגענען מיט דער מאָס ליכט וואָס מ'האָט באַלויכטן נעכטן, נאָר מען דאַרף אַלע טאָג צוגעבן נאָך. היינט איין ליכט, מאָרגן צוויי, איבערמאָרגן דריי, אַ אַ. וו. אָנהויבן באַלד מיט אַ סך — קען מען דאָך ניט שפּרינגען מיט אַמאָל. מען הויבט אָן מיט איין ליכט, אָבער מען דאַרף באַלד זיין גרייט אויף צינדן מאָרגן צוויי ליכט און איבערמאָרגן דריי.

ב) מען דאַרף זיך ניט באַנוגענען דערמיט וואָס מען מאַכט ליכטיק ביי זיך אין שטוב ובמילא וועט זייי ליכטיק אין גאַס, נאָר מען דאַרף לייגן השתדלות אויף צו באַלייכטן די גאַס.

ג) דער צוגאַנג צו דעם דאַרף זיין מיט מסירת נפש, אַזוי ווי דער ענין נס — העכער פון טבע. מען קוקט אויף אים מיט אַ קרומער אויג, דאַרף ער ניט נתפּעל ווערן און טאָן מיט מסירת נפש אויסצופירן די שליחות וואָס דער אויבערשטער האָט אים געשיקט.

יד. און דאָס מאָנט מען ביי יעדער אידן. ער זאָל וויסן אַז ער איז אַן92„אַמבאַסאַדאָר" פון דעם אויבערשטן אויף צו אָנוואַרעמען די גשמיות פון זיין טייל וועלט ביז אַז וועט באַלייכטן אים און אויך זיין סביבה.

און דער אופן אין דעם דאַרף זיין, ניט באַנוגענען זיך מיט וואָס ער האָט אויפגעטאָן נעכטן, נאָר אַלע טאָג צוגעבן מער ליכט. מען דאַרף וויסן וואָס מ'האָט אויפגעטאָן נעכטן כדי צו וויסן וויפל צו מוסיף זיין היינט.

און בשעת מען גייט מיט דעם וועג, — מען גייט מיט אַ מסירת נפש, מען באַנוגענט זיך ניט דערמיט וואָס מען מאַכט ליכטיק ביי זיך, און מען באַנוגנט זיך ניט דערמיט וואָס מ'האָט שוין אויפגעטאָן, — האָט מען דעם צוזאָג אַז סוף סוף ווערט טאַקע אַזוי, עס ווערט ליכטיק אין גאַס, און אַלע מאָל מיט מערער ליכט, ביז מען געפינט שמן טהור (ריינע בוימל) אויף אָנצינדן אין בית המקדש.

(משיחת כ"א כסלו, תשי"ג)

טו. די מצוה פון נר חנוכה איז אָפּגעטיילט פון אַלע מצות אין צוויי זאַכן:

א) אין אַלע מצות איז פאַראַן דער קיום פון דער מצוה כתקונה, און דער הידור פון דער מצוה. עס איז אָבער ניטאָ קיין הידור מן ההידור.

אַ ראי' אויף דעם איז פון דעם וואָס די גמרא זאָגט; הידור מצוה עד כמה, עד שליש, און דערנאָך זאָגט די גמרא40)) אַז ביז אַ שליש איז משלו, ומכאן ואילך משל הקב"ה. קומט דאָך אויס אַז מען קען מהדר זיין אָן אַ שיעור, און דאָס אַלץ גייט אַריין אין הידור מצוה.

דאַקעגן אָבער ביי מצות נר חנוכה איז פאַראַן ניט נאָר די מצוה אַליין און ניט נאָר דער הידור פון דער מצוה, נאָר אויך מהדרין מן המהדרין.

ב) אין אַלע מצות, זיינען רוב אידן מקיים בלויז די מצוה אַליין. אָבער אין דער מצוה פון נר חנוכה איז דער מנהג ביי אַלע אידןלא) צו מקיים זיין ניט נאָר די מצוה אַליין נאָר אויך דעם הידור, און אַפילו דעם הידור מן ההידור.

טז. אין חנוכה זיינען פאַראַן צוויי ניסים: א) דער נצחון פון דער מלחמה, וואָס אויף דעם האָט מען מתקן געווען הלל והודאה. ב) דער נס פון פּך השמן, וואָס אויף דעם האָט מען מתקן געווען הדלקת הנרות.

דער ענין פון מהדרין מן המהדרין איז ניט אין מצות הלל והודאה, נאָר אין מצות הדלקת הנרות, וואָס עס איז פאַרבונדן מיטן נס פון פּך השמן.

די מעלה פון נס מיטן פּך השמן אויף אַלע ניסים, ובכללם אויך דער נס פון נצחון אין דער מלחמה, וועט מען פאַרשטיין נאָך אַ פריערדיקער דערקלערונג אַז אין די הנהגות שלמעלה זיינען פאַראַן דרייערליי אופני הנהגות ;

א) הנהגה טבעית, — אַ נאַטירלעכע אויפפירונג — וואָס זי גופא קען זיין אַ דערהויבענע, בהצלחה. עס איז טאַקע אַן ענין פון הצלחה, אָבער פונדעסטוועגן איז דאָס אָן הצלחה וואָס על פּי טבע.

ב) הנהגה ניסית וואָס איז העכער פון טבע. וואָס אַזוי איז אויך געווען93דער נצחון המלחמה פון חנוכה — אַ נס וואָס איז העכער פון טבע, וואָרום עס איז דאָך געווען גבורים ביד חלשים ורבים ביד מעטיםלב). אויב עס וואָלט זיין גבורים ביד גבורים וואָלט דאָס אויך זיין הצלחה, וואָרום עס איז דאָך אַ מלחמה, אָבער אַלץ ניט נס. גבורים ביד חלשים ורבים ביד מעטים, איז נס וואָס איז העכער פון טבע.

ג) הנהגה וואָס איז העכער אויך פון אַ נס. אַן ענין וואָס מוז ניט זיין מצד ענינים פון גוף, אָדער אַפילו פון נשמה, נאָר דאָס איז אַ הידור, און אין עניני הנשמה, אָט דאָס איז געווען דער נס וואָס מ'האָט געפונען דעם שמן טהור וואָס איז געווען אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן נאָר מיט דער נשמה, און נאָך מערער, עס איז געווען אויף להראות חיבתם של ישראל (וואָרום עפ"י דין האָט מען געקענט צינדן אויך מיט שמן טמא, ווייל טומאה דחוי' אָדער הותרה בצבור, און דער נס איז געווען בכדי להראות חיבתם של ישראל)יח).

יז. היות אַז אַלע ענינים שלמעלה זיינען אָפּהענגיק אין דער עבודה פון מענטשן, זיינען פאַראַן דריי אופנים אין עבודת האדם, וואָס זיי ברענגען די דריי הנהגות הנ"ל.

הנהגה טבעית קומט דורך מקיים זיין תורה און מצות, ווי עס שטייט אם בחוקותי תלכוד) גו' ונתתי גשמיכם בעתם ונתנה הארץ יבולה, און די איבעריקע ברכות.

הנהגה ניסית קומט דורך הידור מצוה דוקא, בשעת אַז מען באַנוגענט זיך ניט מיט מקיים זיין די מצות בלויז ווי עפ"י דין, נאָר מען איז מהדר אין דער מצוה, מען זוכט אַז די מצוה זאָל זיין בהידור, דאַן גיט דער אויבערשטער מדה כנגד מדה48)), — די הנהגה שלמעלה מהטבע.

די דריטע הנהגה אָבער קומט דורך מסירת נפש דוקא — וואָס עס איז נאָך העכער ווי דער ענין פון הידור מצוה.

יח. די מעלה פון מס"נ אויף הידור מצוה איז;

הידור מצוה מיינט אַז ער טוט ניט די זאַך ווייל ער מוז דאָס טאָן, נאָר ער האָט אַ געשמאק אין דעם און טוט דאָס מיט אַ חשק און אַ חיות. דערפאַר זוכט ער אַלץ ווי צו פאַרבעסערן דאָס און מאַכן עס זאָל זיין שיין, הגם ער איז ניט מחויב אין דעם.

— דער משל אויף דעם איז פון אַ קנעכט וואָס איז מקיים דעם באַפעל פון דעם מלך, איז אויב ער האָט ניט קיין געשמאַק און קיין חיות אין דעם, און טוט נאָר ווייל ער מוז מקיים זיין דעם באַפעל, דאַן איז ער מקיים נאָר דעם באַפעל אַליין און זוכט ניט צו מהדר זיין אין דעם, ווייל ער האָט ניט קיין געשמאַק אין דעם. דאַקעגן אויב די זאַך איז ביי אים טייער און ער האָט אַ חיות אין דעם, זוכט ער צו מהדר זיין אין דעם —

אָבער פונדעסטוועגן איז ער אַ מציאות פאַר זיך, עס איז פאַראַן דער געשמאַק און דער ווילן וואָס ער וויל מקיים זיין די מצות, און עס איז פאַראַן דער וועלער. דאַקעגן מסירת נפש הייסט, אַז ער איז אינגאַנצן קיין מצי־94אות ניט פאַר זיך, און זיין גאַנצע מלמעלה אין אַן אופן וואָס איז אינמציאות איז מקיים זיין דעם רצון גאַנצן ניט נוגע צו מציאות.

אַזוי אויך פון צווייטן זייט, אַז די

ער איז ניט אויסן אַז ער זאָל זיין הנהגה שלמעלה איז ניט פאַרבונדן דער „טראַכטער", דער „זאָגער" און מיט מציאות, רופט זי אַרויס ביי אידן דער „טוער", ער איז אויסן אַז די זאַך אַן אַוועקלייג פון מס"נ. און דוקא מס"נ זאָל זיך אָפּטאָן, ובמילא איז אים קיין איז דאָ ביי אַלע אידן, אַפילו ביי אַ נפקא מינה ניט, צי די זאך קומט קל שבקלים ווען עס דערנעמט איםד) דורך אים צי דורך אַן אַנדערן, אַבי די

זאַך זאָל זיך אָפּטאָן.

דעמאָלט געווען דער נס פון פּך השמן

אויף צו באַווייזן חיבתם של ישראל, פאַראַן דער ענין פון מהדרין מן וואָס עס האָט ניט קיין שייכות מיט המהדרין וואָס עס איז ניטאָ ביי אַנדעענינים פון מציאות. דורך דעם ענין רע מצות, און אַלע אידן האָבן דאָס פון הידורים איז די הנהגה פון ניסים אָנגענומען, ווייל דער גאַנצער ענין שלמעלה מהטבע, אָבער עס איז פאַר־פון חנוכה איז מהדרין מן המהדרין — בונדן מיט גוף, מיט מציאות. אָבער ביטול אין גאַנצן, וואָס דאָס איז דער דורך מס"נ וואָס ער לייגט אַוועק זיין ענין פון מסירת נפש.

מציאות אינגאַנצן, איז די הנהגה

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-241b4j45

עותקים

פעילות אחרונה

#169 Likkutei Sichos: 40 machine-read sichos cut at their titles · אושרה
#109 Likkutei Sichos vol 1: machine reading · אושרה

מקורות