עברית
Library

Letter 3286

כ"א שבט, תשט"ו · ד' עליהם יחיו

ב"ה, כ"א שבט, תשט"ו

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ כו' חברת גמ"ח שומרי שבת

ד' עליהם יחיו

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען די ידיעה דורך הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ כו' מוה"ר יוחנן שי' גארדאן המזכיר, אז היינט (היום לעשותם) פרשת "אם כסף תלוה" (אם חובה, און ניט רשות. מכילתא. וע"ד היום אם בקולו תשמעו, וואס דאס בריינגט ביאת משיח היום. סנהדרין צח, א).

קומט פאר א אויסער-ארדענטליכע פארזאמלונג לכבוד דעם זעקס און פערציג יאהריגען קיום פון דער חברה.

און איך האף אז, לויטן פסק פון רז"ל כל המוסיף מוסיפין לו, וועט השי"ת מוסיף זיין הצלחה אין אייער ארבעט פון גמילות חסדים - וועלכע איז נאך גרעסער פון צדקה, וואס גמילות חסדים קען דאך זיין גלייכצייטיג מיט פרנסה און עשירות בא אידען, ווי רז"ל זאגען (סוכה מט, ע"ב) אז גמילות חסדים איז אויך פאר רייכע.

ותקותי וברכתי, אז אייער ארבעט אין דעם זאל געפירט ווערען מיט דעם געפיל לויטן סיום פון פסוק הנ"ל: אם כסף תלוה - את העני עמך, אז דער סכום וואס דער לוה דארף - וואס באותה שעה איז ער דאך א עני - געפינט זיך נאר אלס פקדון באם גומל חסד, וועלכען מען וויל מזכה זיין מיט דער גרויסער מצוה, און וואס אן דעם לוה וואלט ער ניט באקומען דעם זכות המצוה (עיין שם באור החיים הקדוש).

און פון דעם געפיל זאל מען צוקומען צו א העכערען געפיל אין צדקה וגמילות חסדים לויטן בארימטען ווארט פון חסידים הראשונים, וועלכער איז איבערגעגעבען געווארען צו אונז פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע: דער שטיקעל ברויט וואס איך האב, איז ער דיינער ווי מיינער, והיו מקדימים מלת "דיינער" - דיינער ווי מיינער.

א ווארט וואס איז לייכט צו פארשטיין לויט דעם ביאור פון רבנו הזקן באגרת הקדש אין פילע ערטער, אז בכדי צו מקבל זיין די השפעות מלמעלה ובפרט די השפעות גשמיות בגשמיות ממש, איז דאס דוקא דורך מצות הצדקה וועלכע איז ממשיך למטה מטה.

בברכת הצלחה בעבודתם בקדש, ושזה ימשיך ג"כ תוספת ברכה והצלחה לכל אחד ואחת מהעוסקים - הן בגופם הן בממונם - להם ולבני ביתם שיחיו,

מ. שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 10
Id
rh-t6e0wmze

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit3286