Igros Kodesh (the Rebbe)
Letter 3137
...עס איז באוואוסט דער מאמר רז"ל אויף חנוכה, אז דער יום טוב איז פארבונדען מיט העלדישע אידישע פרויען, און זייער אויפפירונג אין יענער תקופה, ניט קוקענדיג אויף אלע שוועריגקייטען און די פערשידענע גזירות וועלכע זיי האבען געדארפט בייקומען. און דעריבער זאגען די חז"ל, אף הן היו באותו הנס, און נאך מער - אז דורך זיי איז געווען דער נס. און עס איז דאך באוואוסט, אז יעדער יאר ווידערהאלט זיך יענע תקופה אין דעם זין, אז עס איז א עת רצון מיוחד צו שטארקען זיך און צוגעבען אין גוטער אויפפירונג, ענליכעס צו דער אויפפירונג פון אידישע פרויען אין יענער צייט - בימים ההם בזמן הזה. און לויטן מאמר רז"ל - אז א מענטש רייניגט זיך און הייליגט זיך אונטען, גיט מען עם אין דעם נאך מער מעגליכקייטן פון אויבען. און לויטן אויסדרוק פון מיין שווער, כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע: מען דארף זיך צוהערען וואס די ליכטעלעך - נרות חנוכה - דערצעהלען. און השם יתברך זאל אייך מצליח זיין צו הערען און דערהערען, און בריינגען דאס אין טהאט-זאכען אין דעם טאג טעגליכען לעבן.
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 10
- Id
- rh-3g573zh7
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit