Letter 3374
כ"ז אדר, תשט"ו · ברוקלין.
איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון כ"א אדר... די סברא צו אריינטראגען אייניגע חפצים אין דער נייער דירה פאר פסח, איז א גלייכע, און ווי באוואוסט איז דער חדש ניסן דער חדש החירות בכל מכל כל אויך פון דאגות הגבלות וכו'. און איידער איר וועט אריינבריינגען וואס אין דער דירה, זאלט איר אריינטראגען פריער א סידור חומש תהלים ותניא.
בברכת מזל טוב וחג פסח כשר ושמח לו
וועגען אייער פראגע וואס צוליב פערשידענע ענינים, קומט אויס אז איר שלאפט נאר 5 - 4 שעה. הנה אויסער יוצא מן הכלל, איז מצד עניני בריאות הגוף איז דאס ווייניג, און א איד דארף האבען א געזונטען גוף צו דינען השי"ת אן בלבולים און מיט מנוחת הנפש, און ווי דער לשון פון רבנו הקדוש תניא ריש פרק ז' כדי לעבוד את ד' בגופו, און דעריבער דארף מען איינשטעלען די סדרים אז דער גוף זאל זיין אויסגערוהט, און זאל טאן זיין חלק אין דער שליחות האדם לעשות לו ית' דירה בתחתונים.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 10
- Id
- rh-yxz1p018
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit