Igros Kodesh (the Rebbe)
Letter 3141
הנהלת בית הכנסת נוסח אר"י אנשי
מיט פארגעניגען האב איך באקומען דורך הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ באמונה מוה"ר יהודא ליב שי' הלוי הורביץ, אייער ביישטייערונג פאר קינדער הילף און ישיבות, לויט די בייגעלייגטע קבלות, וואס איך בין זיכער אז דאס איז א באווייז, אויף אייער שטענדיגען אינטערעס צו העלפען די העכסט וויכטיגסטע מוסדות.
און אזוי ווי יעדער לעבעדיגע זאך, וועט אויך אייער אינטערעס וואקסען, וכלשון רבותינו ז"ל מעלין בקדש, און בפרט, ווען מיר געפינען זיך אין די חנוכה טעג, וואס די גזירה איז געווען וואס מען האט געוואלט להשכיחם תורתך ולהעבירם מחוקי רצונך, דארפמען לויטן ווארט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וואס ער האט געזאגט אין נאמען פון זיינע עלטערן הק', "אז מען דארף זיך צוהערען צו דעם וואס די חנוכה ליכטלעך דערציילן", און אויסניצען דאס אין עבודת השם, אז סוף כל סוף איז די אידען מיט זייער מסירת נפש האבען מנצח געווען, וטהרו את מקדשך והדליקו נרות בחצרות קדשך, און מען האט אונז געהייסען דאס טאן, צו צינדען ליכטלעך, אין די חנוכה טעג, און אין אזא אופן אז עס זאל מיין מוסיף והולך, דאס הייטס אז יעדער נאכט זאל צוקומען מער ליכטיקייט, וואס דאס איז א הוראה כללית אויף דער הנהגה פון א אידען אין די ענינים פון תורה ומצות, אז מען דארף מאכען ליכטיג אפילו ביינאכט און ניט נאר אין הויז אינווייניג נאר אויך ווי בלשון הגמרא על פתח ביתו מבחוץ, ומדתו של הקב"ה מדה כנגד מדה אז ער מאכט ליכטיג בא יעדערן אין הויז בבני חיי ומזוני רוויחא.
בברכה לכל אחד ואחד עם בני ביתו שיחיו.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 10
- Id
- rh-f1a7en6g
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit