לקוטי שיחות
הוספות - מכתבים כלליים לראש השנה ד
ברוקלין, נ.י.
אל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
שטייענדיג געציילטע טעג פאַר ראש־השנה, אין די טעג פון סליחות און רחמים, ווען אַלע ענינים פון חודש אלול דריקן זיך אויס נאָך טיפער ווי פריער, און בהמשך צום בריוו פון ח"י אלול, וואו עס האָט זיך גערעדט, אַז דער מהות פון אַ אידן איז פאַרבונדן מיט דער לעבעדיקייט פון ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כולכם היום — דורך דער טא־טעגלעכער הנהגה על פי תורה, תורת חיים און אירע מצוות, וחי בהם,
איז אויך אין אָט דער לעבעדיקייט דאַרף צוקומען אַ הוספה אין די דאזיקע טעג דערנעענטערנדיג זיך צו ראש־השנה, ווען מיר בעטן: זכרנו לחיים מלך חפץ בחיים — אַ הוספה סיי אין איכות און סיי אין כמות — און אויך אין די טעג נאָכדעם, עשרת ימי תשובה,
לויט דעם אינהאַלט פון דעם אויסדרוק פון חכמינו ז"ל „מחי' חיים" —
דעם תואר און טיטול „מחי' חיים" זאָגן חז"ל אויף דעם אויבערשטן, וואָס ער איז דער קוואַל פון לעבן און ער באַלעבט די לעבעדיגע, וואָס דאָס מיינט אויך אַז די (וואָס זיינען שוין) לעבעדיקע (דורך דעם אויבערשטן, בורא הכל), באַקומען פון עם נאָך אַ „נשמה לנשמה", אויך אַ נשמה יתרה א. ז. וו.
עס איז דאָך אָבער דאָ דער אָנזאָג והלכת בדרכיו — צו גיין אין דעם אויבערשטנ'ס וועגן און מדות: מה הוא נקרא חנון אף אתה הי' חנון וכו' — אַזוי ווי ער גיט אין אַן אופן פון מתנת חנם און שפע רב אַזוי דאַרף,462כביכול, אויך יעדער איד זיין אַ חנון וכו'. דאָס גלייכן אין דעם ענין פון „מחי' חיים", דאַרף יעדער איד זיין אַ „מחי' חיים" — אַריינגעבן לעבעדיקייט אין לעבעדיגע אידן, און אין אַן אופן אַז דאָס זאָל ניט נאָר צוגעבן מער לעבעדיקייט (אין כמות), נאָר אויך — אַ נייע לעבעדיקייט (אין איכות), און אויף אַזוי פיל ביז אַז דאָס טוט אויף ווי עס טוט אויף דאָס אַריינבלאָזן לעבן אין אַ דומם.
און וויבאַלד אַז דאָס איז אַן אָנזאָג פון דעם אויבערשטן, איז זיכער אַז ער גיט די כוחות אויף מקיים זיין דאָס אין דער פולסטער מאָס.
אַזוי ווי דער עיקר איז דאָך מעשה בפּועל, דאַרף זיך דער ענין פון „מחי' חיים" אויסדריקן אין אַ קאָנקרעטן אופן, אָנהויבנדיג מיט דער מצוה פון צדקה — וואָס צדקה איז פאַרבונדן מיט לעבן, דורך צדקה איז מען מחי' נפש — פון דעם אָרעמאַן און זיין הויזגעזינד.
און אין דעם גופא איז פאַראַן דער ענין כפוטו — צו דערהאַלטן דעם אָרעמאַן ביים לעבן, און אויך אין אַ טיפערן אופן — ווען דער אָרעמאַן געפינט זיך אין אַ פאַרצווייפלטע לאַגע און זעט ניט „מאין יבוא עזרי", און דער בעל־צדקה העלפט אים אַרויס און טוט עס בסבר פנים יפות בשמחה ובטוב לבב, איז דאָס אַן ענין פון מחי' נפש אין אַ טיפערן אופן.
און פון צדקה בגשמיות צו צדקה ברוחניות. ובפרט אַז, ווי באַוואוסט, האָט דאָך יעדע גשמיות'דיגע זאַך איר רוחניות'דיגען שורש און מקור, פון וועלכע די זאַך קומט אַראָפּ אין דער גשמיות'דיגער וועלט און שעפּט איר עקזיסטענץ און חיות.
דער ענין פון צדקה ברוחניות און דער באַטרעפענדער „מחי' חיים" איז, ווי חכמינו ז"ל זאָגן: כל המלמד את בן חברו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו — „דער וואָס לערנט תורה מיט אַ חבר'ס זון איז גלייך ווי ער וואָלט אים געבאָרן", און „תלמידים" ווערן אָנגערופן „בנים".
463און דאָ מיינט מען ניט נאָר אַ תלמיד אין יאָרן, נאָר אויך אַ דערוואַקסענעם אין יאָרן אָבער אַ תלמיד אין דעם ענין וואָס ער לערנט עם אין תורה און מצוות.
די מצוה פון צדקה ברוחניות לייגט אַרויף אַ פליכט אויף יעדן אידן, מאַן און פרוי, צו טאָן און העלפן שאַפן די מעגליכקייט, אַז אַלע אידן — יונג און אַלט — זאָלן לערנען תורה און מקיים זיין אירע מצוות.
און דורך דעם ענין פון צדקה אין גשמיות און (על אחת כמה וכמה) צדקה אין רוחניות — וואָס אין צדקה שפּיגלט זיך אָפּ דער אינהאַלט פון אַלע מצוות — ווערט אַ איד אַ „מחי' חיים" בפּועל ממש.
דער יסוד פון דער עבודה פון אַ אידן, סיי בנוגע זיך און סיי בנוגע צו אַלעמען אַרום זיך, וואָס די עבודה נעמט דאָך אַרום, אין אַלגעמיין, די דריי עמודים פון תורה, עבודה און גמילות חסדים, צוזאַמען מיט דעם ענין התשובה — און ספּעציעל אין די דאָזיגע טעג פון יאָר, איז — דער כלל גדול בתורה: ואהבת לרעך כמוך אין ליכט פון דאָס אויבנגעזאָגטע, מיינט דאָס, אַז אין אַלע פרטים פון דער עבודה, ועל אחת כמה וכמה אין דער מצוה כללית פון ואהבת לרעך כמוך, דאַרף זיך אָפּשפּיגלען דער ענין פון „מחי' חיים", דאָס דאַרף געטאָן ווערן מיט אַזאַ חיות און האַרציקייט און ברען, אַז דאָס זאָל דורכנעמען יעדן איינעם פון די מושפּעים און מאַכן אויך זיי פאַר „מחי'־חיים'ס", אַז אויך זיי זאָלן ברענגען, לויט דעם אויסדרוק פון חכמינו ז"ל, פירות און פירי־פירות, עד סוף העולם, ביז עס ווערט דערגרייכט חיים כולכם היום.
ויהי רצון, אַז די דאָזיגע עבודה אין אַן אופן פון כסדר־שטייגענדער לעבעדיקייט און ליכטיקייט, ווי אויבנדערמאָנט, זאָל נאָכמער מוסיף זיין אין464די ברכות פון השם יתברך, ויןסוף.
און עס זאָל זיין אַ כתיב בתוככי כלל ישראל, צום ניי ולברכה,
און עס וועט זיין ביי אַלע שמך ספרו נפלאותיך (מיר לאַלעמאָל איז דיין נאָמען נאָ אונזערע עלטערן, דערציילען וואָס ער איז איןסופי און זיינע ברכות זיינען כה וחתימה טובה צו יעדן איינעם און איינע, ויעם יאָר הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה (מען שטענדיג: הודינו לך אלקים הודינו וקרוב לויבן דיר אַלמעכטיקער, מיר לויבן דיר און וענט אויף אונז באַשיצן און העלפן און, ווי דיינע וואונדער).