עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 3222

ב"ה, כ"ה טבת, תשט"ו

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר חיים שי'

שלום וברכה! איך האב ערשט באקומען א בריף אין וועלכען מען שרייבט מיר אז די קהלה אדער די ליובאוויטשער שול אין וויניפעג גייען קויפען א נייעם לאט אדער איבערבויען דעם פריערדיקען בנין, און היות ווי אין וויניפעג איז שווער מיט א מקוה, איז דאס א געלעגענהייט אז מען זאל דארט בויען אויך א מקוה.

היות אבער איך ווייס ניט קיינע פרטים אין דעם, ווענדע איך זיך צו אייך אז איר זאלט טאן וואס עס איז נאר מעגליך אין דעם, און ווען איך וועל באקומען א ידיעה פון אייך אז איך זאל שרייבען נאך וועמען אין דעם, זעלבסט פארשטענדליך אז איך וועל דאס טאן וואס פריער. און דער גרויסער זכות פון דעם ענין איז גאר ניט צו אפשאצען און יעדער וואס קאן נאר טאן אין דעם דארף דאס באטראכטען ווי א הצלחה זאך וואס מען איז מסבב עם מלמעלה אז ער זאל קענען טאן אין א זאך פון הצלה פון א גאנצע עדה אידען צו בריינגען טהרה צו זיי וואס איז אויך מקרב די גאולה.

און איך האף צו הערען פון אייך א גוטע בשורה אז איר זייט גלייך צוגעטראטען צו דער ארבעט, און איך האף אז השם יתברך וועט געבען זיין הצלחה אין דעם און ערווארט פון אייך א גיכען ענטפער.

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 10
Id
rh-jrfd9r43

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit3222