לקוטי שיחות
ויחי
102פרשת ויחי
א. די ברכה מיט וועלכער יעקב כאָטש אין מקראָ יוצא מידי פּשוטו1)), אָבינו האָט געבענטשט זיין זון אָשר אַז ס'איז טאַקע געווען — פּשוט אין איז: מאשר שמנה לחמו. זאָגט אויף גשמיות — אַ סך זיתים (אוילדעם רש"י אַז דאָס מיינט, אַז ביי בירטן) אין דער נחלה פון אשר, ווי אים זאָל זיין אַ סך בוימל, און רש"י ברענגט דערויף דעם סיפּור רש"י איז מוסיף אַז דאָס איז אויך וואָס ווערט דערציילט אין גמרא, געווען משה רבינו'ס ברכה צו אָשר'ן שעפּט דאָס אָבער ניט אויס דעם
גאַנצן אינהאַלט פון פּסוק, און עס מוז ואז ו"ז א ר מאל ער אן רוותמאאר ר נך אוירך וואָס זיינען דאָ אין גשמיות, זיינען
אויך דאָ אין רוחניות. און אדרבה רגלו אין רוחניות איז;
— פון די ענינים אין רוחניות קומען
אַראָפּ די זעלבע ענינים אויך למטה חכמה)), וואָס חכמה איז דער העכס־
אויב דאָס איז אַזוי אין ענינים מענטשן. וטובל בשמן רגלו מיינט, פון וועלט, איז מכל שכן וקל וחומר אַז — רגל נוצט זיך מיט שמן, ד. ה. אַז די ענינים וועלכע שטייען אין אַז כאָטש אויסערלעך איז דאָך רגל תורה" זיינען דאָ אין רוחניות. ווא־ די נידעריקסטע מדריגה, פונדעסטרום יעדער ענין פון תורה האָט דאָך וועגן איז פאַראַן אין איר גאָר אַ אין זיך ניט נאָר דעם פּשט נאָר גרויסע מעלה, ביז אַז אפילו חכמה
אַזוי אויך די ברכה „מאשר שמנה
לחמו" און „וטובל בשמן רגלו" איז
3) מנחות פה, ב.
1) דברים לג, כד.103וואָס דערפאַר באַנוצט זיך רגל מיט שמן.
אַזוי געפינען מיר אויך בזמן המשיח — ועמדו רגליו ביום ההוא על הר הזיתיםח). שמן איז חכמה, זיתים איז דער מקור פון שמן. און הר הזיתים איז נאָך העכער פון זיתים, וואָרום דאָס איז דאָך דער אָרט פון וועלכן עס קומען אַרויס זיתים. איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז הר הזיתים איז גאָר אַ דערהויבענע מדריגה, און פונדעסטוועגן זאָגט מען, ועמדו רגליו ביום ההוא על הר הזיתים, אַז רגלים שטייען נאָך העכער פון הר הזיתים.
דער ענין פון שמן מיט רגל אין עבודה איז; שמן (חכמה) מיינט אַז ער לערנט תורה און איז מקיים מצוות ווייל ער האָט אין דעם אַ פאַרשטאַנד און אַ געשמאַק. אָבער רגל מיינט, אַז זיין עבודה איז מצד קבלת עול. איז כאָטש אין פלוג איז דאָס אַ נידעריקע מדריגה, וואָרום ער האָט דאָך אין דעם ניט קיין געשמאַק און קיין חיות, מער ניט ווי קבלת עול אַליין, פונדעסטוועגן, איז דאָ אַ מעלה אין עבודה מצד קבלת עול אויף עבודה מצד טעם ודעת, ווי מען וועט ווייטער דערקלערן.
און דערפאַר איז אויך אין גשמיות (וואָס די ענינים אין גשמיות נעמען זיך פון רוחניות כנ"ל) פאַראַן אַ מעלה אין רגל אויפן ראש, וואָס דער רגל דוקא איז משלים דעם ראש, כמבואר בלקוטי תורה פ' נצבים)).
ג. אויף צו פאַרשטיין די מעלה פון רגל אויף ראש, אויך צו פאַרשטיין די שייכות פון מעלת הרגל מיט שבט אָשר, דאַרף מען פריער דערקלערן דעם ענין פון מחנה דן, וואָס שבט אָשר איז געווען פון זיין מחנה.
מחנה דן איז געווען מאסף לכל המחנותז). זיי זיינען געגאַנגען צום סוף פון אַלע מחנות, און דורך דעם האָבן זיי געהאַט די מעגלעכקייט צו געפינען אַלע זאַכן וואָס די פריערדיקע מחנות האָבן פאַרלאָרן, און אומ*) קערן זיי צו זייערע בעלי־בתים.
דאָס הייסט, אַז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס מחנה דן זיינען געגאַני*) גען צום סוף, וואָס דאָס ווייזט אַז זיי זיינען געווען נידעריקער פון די אַנדערע מחנות — בחינת רגל,
פונדעסטוועגן — און אדרבה, מצד דעם גופא — האָבן זיי אומגעקערט די אבידות צו די אַנדערע מחנות.
ד. ווי געזאָגט פריער, איז אַלע ענינים אין גשמיות נעמען זיך און דייטן אָן אויף זייער ענין אין רוחניות.
דער ענין פון אבידה איז אַזוי ווי עס זאָגן די רז"לח) איזהו שוטה זה המאבד כל מה שנותנים לו. זאָגט אויף דעם חסידות) אַ פּירוש, אַז מלמעלה גיט מען יעדן אידן דעם מ"ה *), ד. ה. דעם כוח פון ביטול צו אלקות. אָבער מצד דעם יצרהרע, וואָס ווערט אָנגערופן מלך זקן
104וכסילי) — שוטה — קען מען פאַר־
לירן חס ושלום דעם מ"ה. און די אבידה ווערט געפונען און אומגעקערט דורך מחנה דן — מאסף לכל המחנות.
די מחנות וואָס זיינען געגאַנגען פריער, און געווען נאָענט צום משכן, אַפילו שבט לוי און אַפילו בני קהת, קען ביי זיי זיין אַ מציאות, אַז זיי זאָלן פאַרלירן דעם מ"ה און ביטול צו אלקות. נאָר ביי מחנה דן — בחינת רגל דוקא, איז ניט נאָר וואָס דער מ"ה וואָס אין זייער נשמה איז גאַנץ, נאָר נאָך מערער, זיי קערן אום דעם מ"ה און ביטול אויך צו אַלע אידן.
אַזוי ווי מ'האָט גערעט פריער, אַז דער רגל דוקא איז משלים דעם ראש.
ה. און דאָס איז אויך וואָס שטייט (אין היינטיקער סדרה) דן ידין גו'. די גמראיא) זאָגט ; ההוא דאמר דונו דיני אמרי שמע מינה מדן קאתי דכתיב דן ידין גו'.
די הנהגה פון „דונו דיני" איז, אַז אויף יעדער זאַך, אַפילו אויף גאָר אַ קלייניקייט, קוקט ער אַריין ווי איז דער דין אין שולחן ערוך. ער ווייס, אַז די וועלט איז ניט הפקר, און אויך אויף דער קלענסטער זאַך, איז דאָ אַ הוראה אין תורה.
די הנהגה קומט מצד קבלת עול דוקא. בשעת די עבודה אין תורה ומצוות איז מצד טעם ודעת — מצד פאַרשטאַנד, — איז דאָך אויך לויט דעם שכל פון תורה פאַראַן אַ חילוק פון אַ גרויסע זאַך ביז אַ קליינע.
והראי' וואָס תורה רופט אָן איינע קלה שבקלות און די צווייטע — חמורה שבחמורות. אָבער מצד קבלת עול זיינען קלות שבקלות וחמורות שבחמורות גלייךיא), ווייל ביידע גלייך זיינען דעם אויבערשטנס גזירות.
און דאָס איז די עבודה פון מחנה דן — קבלת עול. וואָס דערפאַר איז דאָס בגילוי — אויסערלעך — אַ נידעריקע מדריגה, וואָרום ער האָט דאָך ניט אין דעם קיין פאַרשטאַנד און געשמאַק, אָבער באמת ובפּנימיות, איז קבלת עול העכער פון השגה און דאָס איז אין צוויי ענינים;
א) השגה — פאַרשטאַנד — איז באַגרענעצט. ובמילא, מיט השגה קען מען ניט נעמען אלקות — ג־טלעכקייט, — ווייל אלקות איז בלי גבול — אומבאַגרענעצט. איז בשעת ער דינט דעם אויבערשטן מצד שכל, נעמט ער אים — דעם אויבערשטן — אין אַ באַגרענעצטן אופן, אויף וויפל זיין שכל קען משיג זיין. דאָקעגן קבלת עול איז די איבערגעגעבנקייט צום אויבערשטן אַזוי ווי ער — דער אויבערשטער — איז בלי גבול — אומבאַגרענעצט.
ב) אויסער דער מעלה פון קבלת עול אויף השגה, וואָס קבלת עול דערלאַנגט העכער פון השגה, איז אויך דאָ די מעלה אין קבלת עול וואָס דאָס איז דער יסוד פון כל העבודה, אויך פון דער עבודה וואָס על פּי טעם ודעת. וואָרום אויף שכל אַליין טאָר מען ניט בויען, און בכדי אַז דער שכל זאָל זיין ווי ער דאַרף106זיין, איז עס פריער דורך קבלת עול דוקא. ווי ער זאָגט אין תניאיח) בשם הזהר „ואי האי לא אשתכח גבי' לא שריא בי' קדושה"יד).
ו. און לויט דעם וועט מען פאַרשטיין דעם ענין וואָס מחנה דן איז געגאַנגען צום סוף, מאסף לכל המחנות, וואָס אין דעם זיינען פאַראַן דריי טעמים;
א) ווייל זייער עבודה איז געווען בקבלת עול, וואָס בגילוי — אויסערלעך — איז דאָס אַ נידעריקע מדריגה, בחינת רגל. און וויבאַלד אַז זייער מדריגה אין רוחניות איז געווען (בגילוי) בסוף, דערפאַר איז אויך זייער אָרט בגשמיות געווען צום סוף.
ב) מצד דעם ביטול פון קבלת עול, האָבן זיי זיך מוסר נפש געווען אויף צו זיין מאספים לכל המחנות, אפילו צו די הינטערשטעליקע פון אידן, כאָטש אַז דורך דעם האָבן זיי געדאַרפט זיין ווייט פון דעם משכן און צום סוף.
וואָרום בשעת ער שטייט אין ביטול פון קבלת עול, איז ער ניט קיין מציאות פאַר זיך. זיין גאַנצע מציאות איז נאָר דער קיום רצון העליון. אים איז ניט נוגע וואָס וועט זיין מיט אים, אים איז נוגע נאָר אַז דער רצון העליון זאָל זיך דורכפירן. און דערפאַר איז ביי אים רעכט אַז ער אַליין זאָל זיין ווייט פון משכן און צום סוף, אַבי מקיים זיין רצון העליון דורך מקרב זיין אַ אידן צו ג־טלעכקייט.
ג) מחנה דן, קבלת עול, גיט אַ קיום און איז דער יסוד פון דער גאַנצער עבודה, אויך צו השגה, אָט אַזוי ווי רגל און יסוד, וואָס אויף זיי שטייט דער גאַנצער בנין, און זיי האַלטן אונטער דעם קאָפּ.
ז. די הוראה פון דעם אין עבודה איז;
אויך דער וואָס לערנט תורה און איז מקיים מצות אויף דעם דערהויבענסטן אופן, ביז אַז ער שטייט נאָענט צום משכן און אָרון, פונדעסטוועגן, אויב ער טראַכט נאָר וועגן זיין אייגענער טובה, (אַפילו בשעת דאָס רעדט זיך וועגן זיין רוחניות'דיקער טובה) און עס פעלט ביי אים די איבערגעגעבנקייט צו טאָן אַ טובה אַ צווייטן אידן, איז וויבאַלד עס פעלט ביי אים דער ענין פון ואהבת לרעך כמוךיח), יסוד כל התורה, קען ער פאַרלירן דעם מ"ה שבנפשו*1)).
דוקא דער וואָס גיט זיך אַוועק מיט אַ מסירת נפש אויף אהבת ישראל, דער דוקא איז זיכער מיט זיך אַליין, אַז ער וועט זיין גאַנץ, און ער קערט אום אויך די אבידות הרוחניות (די רוחניות'דיקע פאַרלוסטן) צו אַ צווייטן אידן.
ח. די מעלה צו וועלכער מען דערגרייכט דורך דער עבודה פון קבלת עול און מסירת נפש אויף אהבת ישראל, זאָגט ער אין פ' ברכה אין דער ברכה פון שבט נפתלי וואָס ער ער איז געווען צום סוף פון מחנה דן גופא — „ים ודרום ירשה"יז).
פון מלמטה למעלה.
„ים"; עס שטייט אין גמראיח), שכי־
נה במערב, ד. ה. אַז כאָטש מערבזייט איז איינע פון די ד' רוחות, און איז אויך מוגבל בגדר מקום, אַזוי ווי די איבעריקע רוחות, פונדעסטוועגן, איז אין צד מערב פאַראַן גילוי השכינה מערער ווי אין די איבעריקע רוחות.
„ודרום"; עס שטייט אין לקוטי תורהיט) אַז אין דרום איז די שטאַרקסטע היץ פון דער זון. אויף שמש שטייטכ) ; שמש (ומגן) הוי' (אלקים), וואָרום דאָס איז העכער פון „ים"כא). „ים" איז דער כוח אלקי ווי ער איז שוכן און איז מוגדר בגדר זמן ומקום. (דערפאַר איז דער לשון; שכינה במערב)כב). אָבער אין „דרום" איז דער גילוי פון שמש הוי', הי' הוה ויהי' כאחדכג) וואָס איז העכער פון זמן ומקום (צייט און אָרט).
„ירשה"; דער חילוק פון ירושה ביז מכירה ומתנה איז;
אין מכירה דאַרף דער לוקח געבן געלט. במילא איז די גרויסקייט און די ווערדע פון דער זאַך וואָס דער מוכר גיט אים, לויט דער ווערדע פון די געלט וואָס דער לוקח גיט.
אויך אין מתנה וואָס דער נותן גיט צום מקבל אומזיסט, זאָגט מען *2)) ;
איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויך די מתנה
(כאָטש עס איז ניט אויסגעמאָסטן)
לויט דער גרויסקייט פון דעם נחת
שאַפט דעם נותן.
אָבער אין ירושה האָט אינגאַנצן
ניט קיין שייכות דער מצב פון יורש און זיין עבודה. ירושה קומט במילא און אויך צו אַ קטן ביותר.
די זעלבע זאַך איז אויך אין רוחניותלה): מכירה ומתנה מיינט דער גילוי אור אלקי וואָס איז אויסגעמאָסטן לויט דעם מענטשנס עבודה, וואָס אַן ענדערונג אין דער עבודה פון מענטשן ענדערט דעם אופן פון דעם גילוי. אָבער ירושה איז דאָ ביי אַלע אידן (וואָרום בנים אתם להוי' אלקיכםכד), ובמילא איז יעדער איד אַ יורש), ס'איז העכער פון כלי המקבל און האָט ניט קיינע הגבלות.
ט. דורך וואָס קומט מען צו צום „ירשה", — דורך דער עבודה פון קבלת עול און מסירת נפש אויף אהבת ישראל. ווי געזאָגט פריער, אַז דורך עבודה על פּי טעם ודעת קען מען נעמען אלקות נאָר אין אַ באַגרענעצטן אופן, לויט דער גרויסקייט פון זיין שכל, אויף וויפל ער קען משיג זיין. אָבער קבלת עול איז די איבערגעגעבנקייט צום אויבערשטן ווי ער איז בלי גבול.
און כאָטש, ווי געזאָגט פריער, ירושה איז דאָ ביי אַלע אידן, פונ־107דעסטוועגן קען דאָך דאָס אָבער זיין אויך בהעלם — פאַרהוילן — (וכנ"ל בענין איזהו שוטה זה המאבד כל מ"ה שנותנים לו) און דורך קבלת עול איז דאָס בגילוי — אַנטפּלעקט.
י. אין מחנה דן גופא איז שבט אָשר געווען דער מיטלסטער שבט, ניט קצוות, נאָר אמצעי משובחכז), פּנימיות שברגל.
אַזוי ווי מחנה דן אין אַלגעמיין האָט גע'פּועל'ט אויך אין אַלע אידן כנ"ל, אַזוי אויך שבט אָשר בפרט האָט משפּיע געווען צו אַלע אידן, און ווי עס שטייט ביי אָשר (בפ' ברכה)כח) יהי רצוי אחיו, און רז"לי) זאָגן אַז ער האָט געגעבן שפּייז צו די איבעריקע אידן בשנת השמיטה.
יא. מען דאַרף אָבער פאַרשטיין די שייכות פון דער השפּעה פון שבט אָשר צו שמיטה דוקא.
אויך דאַרף מען פאַרשטיין; ביי טמיטה שטייט דאָך אין תורה וכי תאמרו מה נאכל גו' וצויתי את ברכתי גו'מ), האָט דאָך די ברכה געדאַרפט זיין ביי אַלע שבטים, איז פאַרוואָס האָבן זיי געדאַרפט אָנקומען צו שבט אָשר דוקא?
ב. דער ענין השמיטה (הי־יאר איז דאָך שנת השמיטה) ווערט דערקלערט אין פּסוק, אַז עס דאַרף זיין שביתת הארץ אין די מלאכות פון חרישה וכו', בחריש ובקציר תשבותלא), די מלאכות וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט מענטשלעכער שפייז, דאַרפן אָפּגעשטעלט ווערן. זאָגט אויף דעם דער פּסוק; וכי תאמרו מה נאכל, און ענטפערט, וצויתי את ברכתי גו'.
איז דאָך אין פלוג ניט פאַרשטאַנדיק, נאָך וואָס דאַרף מען דעם יתור לשון וכי תאמרו גו'? נאָך מער — וואָס דאַרף תורה אויפטאָן אַ קשיא? וויבאַלד אָבער אַז ס'איז אַ שאלה אין תורה, מוז מען זאָגן אַז אויך די קשיא האָט אַן אָרט אין קדושה.
דאָס מיינט, אַז דער אויפטו פון שמיטה איז, עס זאָל זיין ניט אין דעם אופן אַז עס שטעלט זיך ניט לכתחילה קיין קשיא, נאָר דער ענין השמיטה איז אַז עס שטעלט זיך דוקא יאָ אַ קשיא און אַ שטאַרקע קשיא און פונדעסטוועגן שטעלט ער זיך אָפּ פון אַרבעטן, ווי דער אויבערשטער האָט געהייסן.
מצות שמיטה איז פאַרבונדן מיט אַזאַ פּלאַץ און מיט אַזעלכע ענינים, אַז ס'איז דאָ אַן אָרט אויף אַ קשיא, און פונדעסטוועגן ווירקט עס ניט אויף דער הנהגה פון אידן, און דערפאַר איז וצויתי את ברכתי.
אויך דער וצויתי את ברכתי איז ניט אין אַן אופן, אַז מען וועט ניט דאַרפן אָנקומען צו תבואות הארץ, אַזוי ווי עס איז געווען ביי משה'ן וואָס לחם לא אכל ומים לא שתהלב). עס איז אויך ניט באופן, אַז עס זאָל זיין אַ כוח אין דער אכילה פון שנה הששית, אַז מיט דעם כוח פון עסן דעם זעקסטן יאָר וועט מען זיין זאַט אויך דעם זי־108בעטן יאָר, אַזוי ווי ביי אלי' הנביא וואָס ער האָט זיך געשפּייזט פערציק טעג מיט דעם כוח פון איין מאָל עסן)), נאָר עס וועט זיין וצויתי את ברכתי, עס זאָל זיין ברויט און שפייז אין זיבעטן יאָר גופא.
און ניט אַזוי ווי מן וואָס מען האָט אין אים געפילט אַלע טעמים4)) און עס איז ניט געווען אין אים קיין פּסולתמא), נאָר פּשוט'ער גשמיות'דיקער ברויט, אויך מיט די חסרונות און פּסולת פון גשמיות.
און דאָס וועט זיין ניט בהר סיני, אָדער במדבר — נאָר אין די פעלדער און וויינגערטנער פון ארץ ישראל.
און ניט קוקנדיק אַז עס איז אַזוי פאַרבונדן מיט גשמיות און אַפילו מים חומריות — ביז עס שטעלט זיך אַ קשיא וכי תאמרו מה נאכל, פונדעסטוועגן טוט ער די מצוה מיט קבלת עול, און דורך דעם איז וצויתי את ברכתי, אין דעם מזון הגשמי עד למטה מטה.
און דערמיט וועט אויך זיין פאַרשטאַנדיק, וואָס כאָטש אויף שמיטה שטייט ושבתה הארץ שבת להוי'), פּונקט ווי ביי שבתמא), פונדעסטוועגן זיינען דאָס פּשוט'ע וואָכעדיקע טעג, ניט ווי שבת וואָס איז אָסור במלאכה, אַפילו ניט ווי יום טוב, וואָס עס איז מותר בלויז מלאכת אוכל נפש און די אַנדערע מלאכות זיינען אָסור, נאָר שמיטה זיינען אַלע מלאכות מותר, עס זיינען געוויינלעכע וואכ־טעג. און אין וואָס מאָנט מען דעם שבת להוי' — אין די פּשוט'ע עניני ארץ — ערדישע זאַכן — שהכל דורסין עלי', דאָרטן דאַרף זיין שבת להוי'.
יג. דערמיט וועט מען פאַרשטיין, פאַרוואָס דער וצויתי את ברכתי — די ברכה און די המשכה פון פּנימיות אין אַן אַנטפּלעקטן אופן — איז געווען איבערהויפּט אין חלק פון אָשר.
בכדי דורכצופירן די עבודה פון שבת להוי' אין ענינים הגשמיים און אין אַן אָרט פון העלמות והסתרים ביז אַפילו אין אַן אָרט פון קשיות, איז דאָס דורך קבלת עול דוקא, וואָס מיטן כוח פון קבלת עול קען מען גיין אויךמא) אין אַן אָרט פון פינסטערניש.
און בכדי מגלה זיין אין דעם פון שרש ומקור הפנימי — איז דאָס בפרט און דוקא ביי אָשר'ן, וואָס ער איז די בחינה פּנימית שברגל.
און זייענדיק אַ מאסף לכל המחנות, האָט שבט אָשר דאָס ממשיך געווען צו אַלע אידן, ווי די רז"ל זאָגן שהי' מזין את כל ישראל בתבואות (ער פלעגט שפּייזן אַלע אידן מיט תבואות).
יד. לויט דעם וואָס איז דערקלערט געוואָרן וועגן שבט אשר, וועט מען אויך פאַרשטיין דעם ענין פון „מאשר שמנה לחמו" און „וטובל בשמן רגלו".
ביי אָשר'ן האָט געלויכטן די מעלה פון קבלת עול פון זיין שרש און פּנימיות, מעין לעתיד לבוא, וואָס דעמאָלט וועט זיין מעשה גדול.
109און דורך דער עבודה פון שמיטה — קבלת עול, וועט מען זוכה זיין צום גילוי דלעתיד, צום תרצה הארץ את שבתותי'*40)), וואָס דאָס ברענגט רצית ה' ארצך שבת שבות יעקב*1)).
ש"פ בראשית, תשי"ט)
טו. וועגן דעם שכר וועלכן מען באַקומט דורך דער עבודה פון אשר — זאָגט אויף דעם דער מדרש1)*) אין היינטיקער סדרה; „מאשר שמנה לחמו — שהוא מעמיד בגדי שמונה". אַזוי טייטשט אויך רש"י (אין צווייטן פּשט) אויפן פּסוק יהי רצוי אחיו שהיו בנותיו נאות כו' נשואות לכהנים גדולים — זיינע טעכטער זיינען געווען שיין און פאַרהייראַט צו כהנים גדולים (וועלכע גייען אין שמונה — אַכט בגדים).
וואָס פאַר אַ שייכות האָט בנות נאות צו כהנים גדולים? מוז מען דאָך זאָגן, אַז דער ענין פון שיינקייט דאָ מיינט אַ רוחניות'דיקע שיינקייט, וואָס איז שייך צו כהונה גדולה.
דער ענין פון אשה איז דאָך אעשה לו עזר כנגדוח), אַ הילף פאַר דעם מאַן אין זיין עבודה. און ווי מען געפינט דאָס אין דעם ענין פון עבודת כהן גדול בפרט, אַז בשעת זיין עבודה יום כיפּור לפני ולפנים, איז געווען נוגע דער וכפּר בעדו ובעד ביתומד) זו אשתו, און אָן דעם האָט ער ניט געקענט טאָן זיין עבודהח).
די אמת'ע שיינקייט פון דער אידישער פרוי, דער כל כבודה בת מלך פּנימה*4)), וואָס דאָס מיינט ענין הצניעות — דאָס ברענגט און העלפט כהונה גדולה *ז).
און דורך וואָס איז מען זוכה צו דעם — דורך דער עבודה פון דונו דינא. בשעת אַז די הנהגה איז מיט קבלת עול, על פּי שלחן ערוך, ובכלל זה ענין הצניעות, איז מען זוכה אויפצושטעלן אַ דור ישרים מיט בנים ובני בנים עוסקים בתורה ומצוה, ביז צו כהנים גדולים, ד. ה. קינדער וואָס גייען אַריין אין קדשי הקדשים וואָס דאָרטן איז נאָר דער אָרון מיט די לוחות אויף וועלכע עס זיינען אויסגעקריצט די עשרת הדברות, ניט אָנגעשריבן מיט טינט וואָס איז אַ צוגעגעבענע זאַך צום פּאַרמעט, נאָר איינגעקריצט אויף די לוחות, אַז ער מיט דער תורה זיינען איין זאַךמח).
טז. לויט דעם וועט מען או־ך פאַרשטיין, וואָס ער זאָגט פריער אין פּסוק, ברוך מבנים אשר, ברענגט רש"י בשם הספרי, אין לך בכל השבטים שנתברך בבנים כאשר, און רש"י זאָגט אויף דעם, ואיני יודע כיצד.
רש"י זאָגט ואיני יודע כיצד, ווייל אין דעם מנין בני ישראל זעט מען ניט אַז אין שבט אשר זאָל זיין אַ גרעסערע צאָל ווי אין די אַנדערע שבטים.
מען דאַרף דערקלערן די ווערטער פון ספרי, לויט דעם מאמר רז"ל שקול זה כנגד כו' *)), אַז ער וועגט אַריבער אַלע אַנדערע שבטים מצד די באַזונדערע מעלות וועלכע זיינען פאַ־110ראַן ביי אים, און, אין אונזער ענין מיינט מען, דאָס גרויס נחת פון קינדער. דורך דער הנהגה מיט קבלת עול אין חינוך אויף אַזאַ אופן, איז מען זוכה צו קינדער וועלכע גייען בדרכי התורה ומצוות וכו', און מען האָט פון זיי פיל נחת, מערער און מערער ווי פון אַ סך קינדער.
דערמיט איז מובן וואָס ס'שטייט; וארבה את זרעו ואתן לו את יצחקח) ; פרעגט דער רבי (מהורש"ב) נ"ע; ער זאָגט וארבה את זרעו און פירט אויס אַ בן יחיד, יצחק'ן? נאָר דער ענין איז ווי דערקלערט, אַז מען קען האָבן נחת פון איינעם מערער ווי פון אַ סך, ביז אַז עס קען זיין איינער און איז שקול כנגד ששים רבוא, אַזוי ווי משה רבינו שהי' שקול כנגד כל ישראל81)) ואין דור שאין בו כמשה 82)). און צו אַזאַ קינד איז מען זוכה דורך אַן עבודה פון קבלת עול דוקא.
יז. די שייכות פון זוכה זיין צו גוטע קינדער מיט דער עבודה פון קבלת עול, וועט מען פאַרשטיין מיט דעם וואָס עס שטייט אין מדרש88)), אַז פאַר מתן תורה האָט דער אויבערשטער געפאָדערט פון אידן, זיי זאָלן צושטעלן ערבות. די אידן האָבן פאָרגעלייגט פאַרשידענע ערבים, אָבער דער אויבערשטער האָט עס ניט אָנגענומען ביז די אידן האָבן געזאָגט בנינו ערבים בעדנו — אונזערע קינדער זיינען ערבים פאַר אונז.
די דערקלערונג דערפון איז; במשך די יאָרן פון מענטשלעכן לעבן זיינען פאַראַן פאַרשידענע מדריגות; בן חמש למקרא וכו' ווי די משנה רעכנט אויס אין אָבות פרק ה' אַלע מדריגות אויספירלעך, ביז מען קומט צו שלימות המוחין, וואָס דאָס באַקומט מען צו צוואַנציק יאָר. ווי עס זיינען באַוואוסטנד) די חילוקים פון בן שש, בן י"ג און בן עשרים, און אויך נאָך עשרים זיינען פאַראַן פיל מדריגות. און תנוקות של בית רבן זיינען אין דער בחינה פון רגל.
און וויבאַלד אַז אַלע אידן זיינען אַ קומה אחת שלימהנה), במילא, איז אַזוי ווי ביי יעדערן בפרט איז דער רגל מעמיד דעם ראש (אין גשמיות), און אויך אין רוחניות איז קבלת עול האַלט אויף די השגה, אַזוי אויך בכללות ישראל, טוען אויף די רגלים אויך אין דעם ראש.
און ווי אויבן דערקלערט, אַז מחנה דן, בחינת רגל, האָט געגעבן אַ שלימות אויך בשאר המחנות.
און אַזוי ווי אין אַלע ענינים האָט מען געדאַרפט אָנקומען צו די רגלים, אַזוי אויך ביי מתן תורה, און דערפאַר איז מתן תורה לכל ישראל געווען דורך די ערבות פון תנוקות של בית רבן דוקא. ווייל תשב"ר, בחינת רגל, זיינען דער יסוד פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק. און ווי ער פירט דאָרט אויס אין מדרש, מפּי עוללים ויונקים יסדת עוז.
לויט דעם קען מען דערקלערן די שייכות פון גוטע קינדער צו קבלת עול, ווייל ביידע זיינען בבחינת רגל כנ"ל, דערפאַר איז מען זוכה דורך דער הנהגה פון קבלת עול צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ומצות.