עברית
Library

בס"ד. שיחת ל"ג בעומר בעת ה"פּאַראַד", ה'תשמ"ג

140

ענינו איז שמחה)עה, און בנוגע צו זאָגן "נחם" איז נוגע שמחה ניט עונג. איז מה­דאָך אַז ער האָט עס געמעגט זאָגן און האָט עס געזאָגט בחול המועד וואָס איז אַ יום שמחה מן התורה, האט ער דאָס געמעגט זאָגן בשבת, וואָס איז ניט אַ יום שמחה (נאָר עונג).

נאָר דאָס וואָס ער האָט עס בפּועל ניט געזאָגט בשבת איז ניט מצד קדושת שבת אָדער עונג שבת, און אַז עונג איז מער ווי שמחה וכו', ווייל עונג האט קיין שייכות ניט מיט אמירת "נחם" — נאָר מצד דעם וואָס ער האָט ניט געהאַט וואו דאָס צו זאָגן, וויבאַלד אַז מ'זאָגט דעמולט ניט ברכת "תשכון".

קומט אויס לויט פּשטות הלשון אַז בכל יום, אַפילו אין אַ יום שמחה מן התורה, חול המועד, האָט ר' אברהם הלוי געמעגט זאָגן און האָט געזאָגט "נחם", מצד זיין טיפן געפיל אויפן גלות.

אעפ"כ ווען ס'איז געקומען דער טאָג פון ל"ג בעומר, זאָגט רשב"י אַז ער האָט דעמולט ניט געטאָרט זאָגן "נחם", מצד דער שמחה פון דעם טאָג, וואָס ס'איז אַזאַ שמחה גדולה וואָס וועגט איבער אַפילו דעם צער וואָס ר' אברהם הלוי האָט געהאַט פון דעם חורבן!

וואָס דאָס אונטערשטרייכט נאָכמער די גרויסע שמחה פון רשב"י אין ל"ג בעומר, אַז (אין דעם איז דאָ אַן ענין וואָס) איז נאָך שטאַרקער פון דער שמחה פון חול המועד, וואָס זי איז "מועדים לשמחה" מן התורה (די זעלבע "מועדים לשמחה" ווי בימי יו"ט האסורים במלאכה), און נאָך שטאַרקער פון דער שמחה ביו"ט ושבת, והראי' אַז לולא הנ"ל וואָלט ער געזאָגט "נחם" אויך ביו"ט ושבת.

וואָס אַזוי איז אויך בנוגע צו דער שמחה פון גאולה העתידה, אַז זי איז נאָך גרעסער ווי די שמחה פון "מועדים לשמחה",

ווי עס שטייט אין מדרשעו אַז לע"ל "כל המועדים יהיו בטלין וימי הפורים לא יהיו נבטלין לעולם". און עס שטייט אויף דעם די ערקלערונגעז, אַז ח"ו זאָגן אַז אַ מצוה מן התורה וועט בטל ווערן. אויך דעמולט וועט מען אויך פּראַווען די ימים טובים פון פסח, שבועות און סוכות, אָבער די שמחה פון דער גאולה וימות המשיח וועט זיין אַזוי גרויס אַז "שרגא בטיהרא מאי אהני"עח, די שמחה פון די ימים טובים וועט דעמולט ניט פאַרנעמען קיין גרויסן אָרט לגבי שמחת הגאולה. משא"כ די שמחה פון פּורים וואָס איז "עד דלא ידע"עט. ועד"ז יש לומר בדרך אפשר בנוגע דער שמחה פון ל"ג בעומר (וואָס איז גרעסער פאַר דער שמחה פון "מועדים לשמחה").

יז. דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז פון דעם נעמען איינטייל לפי כוחנו אין דער שמחה גדולה פון רשב"י, דורך דעם וואָס מ'האָט אין דעם טאָג

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-gab5kznz

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources