English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - מכתבים כלליים לראש השנה ו

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

469ב"ה, י"ג תשרי, אור לי"ד ערב חג הסוכות, ה'תשל"ז

ברוקלין, נ. י.

אל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

קומענדיג פון יום הקדוש, אחת בשנה, דעם סיום וחותם פון די עשרת ימי תשובה, און שטייענדיג ערב חג הסוכות, זמן שמחתינו, וואָס מיט דעם יום טוב הויבט זיך אָן די צווייטע העלפט פון חודש תשרי און ער איז אויך דער סיום און חותם פון די ימים טובים פון דעם „חודש השביעי" —

וואָס אין צוגאָב צו דעם פשוט'ן טייטש „דער זיבעטער חודש", איז ער אויך דער „זאַטער חודש" (שביעי פון לשון שובע), דער חודש וואָס איז משובע, אָנגעזעטיגט, מיט אַלע גוטע זאַכן, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה דערקלערן —

איז כדאי זיך אָפּצושטעלן אויף דער באַדייטונג פון די קומענדיגע טעג לגבי דעם ערשטן טייל פון דעם חודש, און מאַכן דעם געהעריגן אויספיר.

בכלל איז דער חודש תשרי איינגעטיילט אין צוויי גרונט־טיילן, וועלכע אונטערשיידן זיך איינער פון צווייטן, אָבער צוגלייך — דערגענצן זיי זיך און שאַפן אויך איין איינהייטלעכן חודש, אַלס אַריינפיר און אָנהייב פון נייען יאָר:

דער ערשטער טייל פון דעם חודש איז דורכגענומען מיט דעם ענין פון תשובה, אידן געפינען זיך אין אַ תנועה פון „אַוועקגיין" פון זייער מצב (צושטאַנד) און אויפהויבן זיך אַלס העכער אין דער ריכטונג פון (מער) רוחניות און טלעקייט,

470וואָס דאָס איז דער אַלגעמיינער אינהאַלט פון די עשרת ימי תשובה, ווי חכמינו ז"ל דערקלערן אַז דער אָנזאָג (און אויך — בקשה): דרשו ה' בהמצאו קראוהו בהיותו קרוב — „זוכט דעם אויבערשטן ווען ער געפינט (אַנטפּלעקט) זיך, רופט צו אים ווען ער איז נאָענט" — באַציט זיך אויף די עשרת ימי תשובה. אויך די נאָכפאָלגענדע פיר טעג שטייען אונטערן רושם פון תשובה, אַזוי אַז ערשט דער פופצענטער טאָג פון חודש ווערט באַצייכנט אַלס „יום הראשון", דער ערשטער טאָג פון אַ נייעם חשבון.

דער צווייטער טייל פון חודש תשרי שטייט אונטער דער ווירקונג פון אַ תנועה וואָס איז געווענדעט אין דער ריכטונג פון אַראָפּברענגען גטלעכקייט אין וועלט, דורך מאַכן די גשמיות'דיקע זאַכן פון וועלט פאַר ענינים פון קדושה און מצוות, און ביז צו אַזאַ מדריגה אַז דאָס רופט אַרויס שמחה, געזאַנג און ריקודים, וואָס דאָס איז די נקודה פון דעם יום טוב סוכות, זמן שמחתינו: די מצוה באַשטייט אין דעם אַז זיינע טאָג טעגלעכע עסן און טרינקען א.א.וו. זאָלן זיין אין סוכה, דער עסן ווערט אַ מצוה, אַ דערמאָנונג פון די ניסים באַם אַרויסגיין פון מצרים א.ז. וו.

ספּעציעל קומט די דאָזיקע שמחה צום אויסדרוק אין די ארבעה מינים, וואָס מען דאַרף נעמען באַלד פון ביום הראשון אַן (אויסער דער טאָג פון שבת), און ווי די תורה זאָגט: ולקחתם לכם ביום הראשון פרי עץ הדר (אַ שיינע פרוכט דוקא) מיט נאָך דריי מינים און מען מאַכט פון זיי אַ מצוה, מיט אַ ברכה אשר קדשנו במצוותיו וצונו, און מיט אַ שמחה פון ושמחתם לפני הוי' אלקיכם.

און די דערמאָנטע צוויי תנועות פון חודש תשרי, וועלכע זיינען אין אַן אופן פון מלמטה למעלה און מלמעלה למטה, דערגענצן זיך און שאַפן איין איינהייט, ווי אויבנגעזאָגט.

דערצו איז פאַראַן אַ געמיינזאַמע עיקר'דיגע נקודה פון ביידע טיילן, וועלכע קומט אויך אַלס אַריינפיר אין דעם חודש און דרינגט דורך אַלע ענינים פון דעם חודש, און דאָס איז דער ענין פון אידישע אחדות.

471פאַר'ן אָנהויב פון חודש, דעם שבת פאַר ראש השנה לייענט מען בצבור, פאַר אַלע אידן: אתם נצבים היום כולכם לפני הוי' אלקיכם — אידן שטייען פעסט אַלע צוזאַמען פאַר דעם אויבערשטן: כולכם — לאחדים כאחד, „אַלע ווי איינער", אַ „קומה אחת שלימה" — ווי איין קערפּער.

אַזוי אויך די צווייטע העלפט פון דעם חודש ווערט אַריינגעפירט מיט דער מצוה פון סוכה, וואָס נעמט אַרום און פאַראייניגט אַלעמען וועלכע געפינען זיך אין דער סוכה, גלייך, פון דעם גרעסטן ביז דעם איינפאַכסטן, ביז אַז עס ווערט געזאָגט, אַז כל ישראל ראוים לישב בסוכה אחת (אַלע אידן זיינען ראוי צו זיצן אין איין סוכה).

נאָך אויסדריקלעכער ווערט דער ענין פון אחדות פון אידישן פאָלק אַרויסגעבראַכט אין דער מצוה פון די ארבעה מינים — אתרוג, לולב, הדסים און ערבות — וועלכע שפּיגלען אָפּ, כידוע, די פיר סוגים אידן, פון די וועלכע האָבן אַ „טעם" און אַ „ריח" (תורה און מצוות) ביז די וועלכע זיינען (נאָך דערוויילע) אָן אַ טעם און אָן אַ ריח. און דוקא ווען אַלע פיר מינים זיינען פאַראייניגט צוזאַמען קען מען מקיים זיין די מצוה.

ווי אין אַלע ענינים פון תורה, זיינען אויך אין די אויבנדערמאָנטע ענינים פאַראַן גאָר אַ סאַך הוראות און רמזים. איינע פון די גאָר פּשוט'ע און קלאָרע הוראות פון דאָס אויבנגעזאָגטע, אַ הוראה וואָס איז פאַרבונדן מיט מעשה בפועל, וואָרום מעשה איז דאָך דער עיקר, איז די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך. און ווי עס ווערט אונטערשטראָכן אין מערערע ערטער, מיינט דאָס ליב האָבן אַ אידן, יעדן אידן, ווי ער איז און וואו ער איז, און כמוך, ווי זיך אַליין, ווי אַ טייל פון זיך — ווי דאָס ווערט דערקלערט אין ירושלמי — דער צווייטער ווערט באַטראַכט אַלס עצם מעצמי ובשר מבשרי — ווי איין קערפּער ממש.

472און כמוך אויך אין דעם זין: פּונקט ווי אויף זיך אַליין חאָטש ער זעט זיינע אייגענע חסרונות, איז (מצד אהבת עצמו) על כל פשעים תכסה אהבה (די ליבשאַפט צו זיך אַליין פאַרדעדקט אַלע אייגענע עבירות), און ניט קוקענדיג אויף זיינע פעלערן באַמיט ער זיך צו באַזאָרגן אַלע זיינע באַדערפענישן בגשמיות וברוחניות, מיט דער גרעסטער אָנשטרענגונג, און טוט עס מיט אַ לעבעדיקייט, אַזוי דאַרף זיין זיין באַציאונג צו אַ צווייטן אידן.

בפרט, אַז, בנוגע אייגענע חסרונות ווייס דאָך יעדער איינער דעם אמת, אָבער בנוגע די חסרונות פון אַ צווייטן איז דאָך אין אדם יודע מה בלבו של חבירו (אַ מענטש ווייס ניט וואָס עס איז באַם חבר אין האַרצן), קען ער לייכט מאַכן אַ טעות אין חשבון און אָפּשאַצונג.

ויהי רצון אַז עס זאָל זיין זמן שמחתינו אין דער פולסטער מאָס, און לויט דעם צוועק פון יעדן יום טוב וואָס פאָדערט אַז דער אינהאַלט פון דעם יום טוב זאָל בעאיינפלוסן און באַלעבן די טעג וועלכע קומען נאָך דעם יום טוב, זאָל אַזוי אויך זיין מיט זמן שמחתנו, אַז די שמחה זאָל באַגייסטערן און באַלעבן אַלע טעג פון אַ גאַנץ יאָר, ובלשון הכתוב ואני אגיד לעולם אזמרה לאלקי יעקב (איך וועל שטענדיג ערציילן דעם אויבערשטנס נסים וועל לויבן דעם ג־ט פון יעקב.

בכבוד ובברכה לחג שמח

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-fxfcvdsh

עותקים

פעילות אחרונה

#188 Likkutei Sichos vol 14: machine reading · אושרה
#130 Likkutei Sichos vol 14: machine reading · נסגרה

מקורות