לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים ז
248ר א ה
א. שבת פ' ראה איז דער דריטער שבת פון שבע דנחמתא. איז אין דעם דאָ אַ מעלה מיוחדת: בתלתא זימני הוה חזקה, איז בשעת מען זאָגט די הפטרות פון נחמה דריי מאָל, ווערט דערמיט אַ תוקף וחוזק אין דעם ענין הנחמה.
ובפרט לפי המבואר אין חסידותא אַז די שבע דנחמתא זיינען כנגד די ז' מדות, און די הפטורה דפ' ראה איז (מלמעלמ"ט) כנגד מדת התפארת — איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז כשם ווי מדת התפארת איז כולל אַלע מדות, אַזוי איז אויך די נחמה פון דער הפטורה דפרשת ראה כולל אַלע שבע דנחמתא.
ב. דער עילוי פון דער נחמה פון פ' ראה דריקט זיך אויס (ניט בלויז אין איר הפטורה, נאָר) אויך אין דער סדרה גופאב, וואָס התחלתה איז: ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה וגו'.
והביאור בזה:
מפרשים פרעגןג: ווי איז שייך אנכי נותן גו' ברכה וקללה — ס'איז דאָך מפי עליון לא תצא הרעות? איז איינער פון די ביאורים אין דעםד: אַז דער אויבערשטער גיט אידן אויך היפך הברכה, אָבער באופן כזה אַז אידן זאָלן דאָס מהפך זיין צו ברכה. וואָס אַזאַ ברכה — וואָס קומט פון היפך הברכה — איז גרעסער און שטאַרקער ביתר שאתה וביתר עז.
און דאָס איז די שייכות פון פרשת ראה צו די שבע דנחמתא, וואָס זייער ענין איז — צו מגלה זיין די פנימיות פון די „תלתא" (וועלכע קומען פאַר די שבע דנחמתא), אַז זייער כוונה און תכלית איזו שיהפכו לטוב, וואָס דער טוב (וואָס קומט פון אַן ענין בלתי רצוי) איז גרעסער ווי טוב הגלוי מלכתחילהז.
249און דער ענין (אַז דער היפך הטוב איז בכדי ער זאָל נהפך ווערן לטוב) קומט בגלוי אין דעם דריטן שבת פון שבע דנחמתא, ווען מ'לייענט „ראה אנכי נותן גו' ברכה וקללה" — אַז דאָס וואָס „אנכי נותן גו' קללה" [אַז אויך די קללה קומט פון „אנכי", מיט די כוונה זי צו מהפך זיין לברכה] איז אין אַזאַ אופן גלוי, ביז אַז תורת אמת זאָגט צו יעדער אידן „ראה": דאָס קענסטו זען בבחי' ראי', ניט בלויז בבחי' שמיעהח.
ג. עס שטעלט זיך אָבער די שאלה: בשעת מען שטייט [אין סוף חודש מנחם אבט] אין אַ מצב וואָס לעיני בשר זעט מען דעם היפך הברכה — ווי קען מען מאָנען פון אַ אידן [און פון יעדער אידן] ער זאָל שוין „זען" דערין דעם „אנכי נותן וגו'"?
אויף דעם זאָגט מעןי אין דער הפטורה דש"פ ראה „וכל בניך למודי ה' גו'", אַז אַלע אידישע קינדער („וכל בניך") — זיינען „למודי ה'": תלמידים פון אויבערשטןיא, און (אויך למודי מל' רגילות) איינגעוואוינט מיט ־טליכקייט (ביז מיט הוי' שלמעלה מהטבע.
ולכאורה דאַרף דאָס גופא האָבן אַ ביאור: בשעת מען זעט אַז די קינדער וואָס באַקומען אַ חינוך הכשר זיינען גאָר אַ קליינע צאָל [און אפילו די וואָס באַקומען אַ חינוך הכשר, זיינען ניט אַלע כדבעי] — איז ווי קען מען זאָגן „וכל בניך למודי ה'"?
איז דער ביאור אין דעם גאָר בפשטות: יעדער איד בפנימיותו „רוצה הוא לעשות כל המצות ולהתרחק מן העבירות", און דאָס וואָס לפעמים פאַלט ער דורך, איז עס בלויז ווייל „יצרו הוא שתקפו"יב.
בשעת עס רעדט זיך וועגן בני מצוה, איז דאָ אַן אָרט צו דינגען זיך אַז „יצרו הוא שתקפו" איז ניט קיין אמת'ער אונס, וויבאַלד זיי האָבן דעת און כח צו באַקעמפן דעם יצר הרע און טוען דאָס ניט, ואדרבא — זיי זאָגן (טוען) ווי דער יצה"ר.
ווען מ'רעדט אָבער וועגן קינדער פאַר בר(בת) מצוה — איז זייער גאַנצער טאָן מצד „יצרו הוא שתקפו" קיין מציאות ניט (וואָרום זיי זיינען250דאָך קטניםיג); ולאידך גיסא: האָבן זיי אַ נפש האלקית וואָס איז אַ חלק אלקה ממעל ממש
[ובפרט לאחרי המילה, וואָס דאַן קומט די נשמה אין אַן אופן פון „כניסה"יד. און ביי אַ אידישע מיידעלע, וויבאַלד אַז „אשה כמאן דמהילא דמיא"טו, איז די „כניסת נפש הקדושה" באַלד ווי זי ווערט געבאָרן — דלמה תגרע. ואולי י"ל דהכניסה — בקריאת השםטז]
קומט דאָך אויס אַז די* זאַך וואָס איז ביי זיי אַ מציאות אמיתית איז דער „חלק אלקה ממעל ממש". און דעריבער איז „וכל בניך למודי ה'".
ד. היות אָבער בכדי צו מבטל זיין די ענינים פון היפך הברכה און זיי מהפך זיין לברכה, דאַרף דער „למודי ה'" (וואָס איז „וכל בניך") אַרויסקומען בגלוי — דעריבער דאַרף מען לייגן די גרעסטע השתדלות, אויף צו אַריינציען וואָס מער אידישע קינדער אין חנוך הכשר, ביז צו חנוך על טהרת הקודש.
וואָס דורך יעדער אידיש קינד, בשעת מען בריינגט אים אין כלל פון „למודי ה'" (אויך בגלוי), איז מען מבטל די ענינים פון היפּך הברכה.
ווי מיר געפינען וואָס ישעי' הנביא האָט געזאָגט „והילדים אשר נתן לי ה' לאותות ולמופתים בישראל גו'"*16, אַז די „ילדים אשר נתן לי ה'" (כאָטש זיי זיינען געווען גאָר קליין אין צאַל, בלויז צוויי קינדעריז), זיינען זיי געווען „לאותות ולמופתים", אויף ניט אָפּשרעקן זיך פון מלך אשור.
און אויך ניט אַפּשרעקן זיך פון גזירת אחז „שאחז בתי כנסיות ובתי מדרשות, שלא ילמדו תינוקות של בית רבן תורה"יח בכדי צו מאַכן פאַרגעסן תורה פון אידן — וואָרום „הילדים אשר נתן לי ה'" (די תלמידים פון ישעי') וועלן זיין „לאותות ולמופתים, שתתקיים תורה בישראל על ידם"יח.
ה. וויבאַלד אַז די אויבענדערמאָנטע נבואה פון ישעי' איז פאַרשריבן געוואָרן, איז אַ ראי' אַז זי איז נוגע לדורותיט.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק אויך בנוגע דעם איצטיקן מצב, אַז טראָץ דער251מציאות פון די שבעים זאבים (בדומה צו אשור), און טראָץ דעם וואָס עס זיינען דאָ קינדער וואָס גייען ניט, ר"ל, בבתי כנסיות ובבמ"ד (בדוגמת גזירת אחז), און טראָץ דער מלחמה קעגן דבר ה' זו הלכהכ — איז די אידישע קינדער וועלכע וועלן נתחנך ווערן צו זיין למודי ה' בגילוי, זיי וועלן צעשטערן דעם „(עצו) עצה" און „(דברו) דבר", וואָרום „כי עמנו אל" 21
און בעת מען טראַכט זיך אַריין אין דעם ענין פון „וכל בניך למודי ה'", איז אפילו ווען מען געפינט זיך אין דעם זמן וואָס לעיני בשר זעט זיך דער היפּך הברכה ח"ו — פאַלט מען ניט אַריין אין יאוש ח"ו, נאָר אדרבה: „ראה אנכי נותן גו'" — מען זעט ווי אויך די ענינים פון היפך הברכה זיינען „אנכי נותן", ווייל זייער כוונה און תכלית איז על מנת אַז זיי זאָלן נהפך ווערן לברכה, וועט מען דערזען אַז אנכי נותן.
ו. נאָך אַן ענין אין היינטיקן שבת — וואָס ער איז שבת מברכים אלול, אַז פון אים ווערט נתברך ונמשך אַ נתינת כח אויף אַלע ענינים און עבודות פון חודש אלול.
ס'איז ידוע דער משל פון אַלטן רבי'ןכב וועגן חודש אלול, אַז דאָס איז בדוגמא ווי אַ מלך געפינט זיך בשדה, וואָס דאַן איז „רשאין כל מי שרוצה לצאת להקביל פניו, והוא מקבל את כולם בסבר פנים יפות ומראה פנים שוחקות לכולם".
אעפ"י אַז מיט'ן משל הנ"ל מיינט מען צו מדגיש זיין אַז דער גילוי פון אויבערשטן צו אידן אין חודש אלול איז אויך בשעת זיי געפינען זיך אין אַ מצב ודרגא פון „שדה" — איז דאָך אָבער פאַרשטאַנדיק, אַז די ידיעה אַליין אַז דער מלך געפינט זיך בשדה, דאַרף געבן (און גיט) אַ טרייסל. און אָט דער טרייסל דאַרף זיין באופן כזה, אַז דאָס זאָל אָנרירן אין מעשה בפועל.
דאַרף מען דעריבער אויסניצן דעם עת רצון פון די ימי החודש אויף אַריינציען וואָס מער אידישע קינדער אין חינוך הכשר, ביז אין חינוך על טהרת הקודש,
און צו פאַרשטאַרקן ביתר שאת די חמשת המבצעים הידועים [מבצע תורה; מבצע תפלין; מבצע מזוזה; מבצע צדקה; מבצע בית מלא ספרים]; ווי אויך מבצע נרות שבת קודש: מבצע כשרות און מבצע טהרת המשפחה.
און דאָס וועט בריינגען, אַז נאָך זייענדיק אין „שדה" וועט דער מלך אָננעמען און ממלא זיין אַלע בקשות פון אַלע אידן,
איז במילא נאָך דעם וואָס „בלכתן העירה ה"ה הולכים אחריו" — וועט252מען אויך מיטגיין מיטן מלך אין „היכל מלכותו", און עס וועט אַנטפּלעקט ווערן כבוד מלכותו לעיני כל חי, וקרב פזורנו כו'
בביאת משיח צדקנו, בקרוב ממש.
(משיחת ש"פ ראה, מבה"ח אלול, תשל־ה)
במענה על מכתבו, אודות ספר התכונה להר"ח ויטאל, נמצא בהספרי', ויוכל להתדבר עם הרב . . . שי' לעיין בו כבקשתו.
וזאת למודעי, אשר לע"ע לא מצאתיו מוזכר בספרי חסידות. וכן כיון שבטופס שלי חסר השער הרי אינני יודע ג"כ מי הו"ל והפרטים בזה.
ב) ומה שהעיר בספק אם תפיסת יד קטן עושה בע"ז, ומגביל סוג הראיות בזה, שיהי' דוקא באותו ענין לא מענין אחר (ופלא על הגבלה זו שאינה מצוי' בשקו"ט דד"ת).
הנה אין הזמן גרמא לחפש בספרים, ובכ"ז יש להביא כמה נמוקים שאין חילוק בתפיסת יד אדם בין יד קטן לגדול. והם א) ע"פ דרישתו — הנ"ל בעניני ע"ז — הנה בכ"מ (ע"ז מו, א ועוד) הובאו יחד שני הענינים דמחובר ובע"ח, שאינם נאסרים כ"א ע"י תי"א, ומובאת הדוגמא שחיטה בבהמה ותפיסת יד אדם במחובר, וכמו שבשחיטה פשוט הדבר דגם שחיטת קטן מכשרת הבהמה לאיסור ע"ז. ואפילו של מיעוט סימנים, כיון שזהו חלק משחיטתו המכשרת לאכילה. ה"ה למחובר. ב) כנ"ל — הענין דמחובר הוא שהוא כבריתו, שלכן יש מ"ד דאבני הר — שנדלדלו אפילו בכחות הטבע ג"כ נאסרים, כיון שנשתנו מתחלת בריאתם, ולית לן לאפושי פלוגתא ולומר דבר פלוגתי' אינו מחשיב אפי' מעשה קטן. ג) פשטות וישרות הסוגיא מוכיחא, דתפיסת יד אדם הוא ענין של מעשה, ולא של כוונה, והרי קטן יש לו יד ומעשה אלימתא אפי' יותר מכח כחו של גדול (חולין ט"ז ע"א וראה צפנת פענח להגאון מרגצוב הלכות שחיטה פרק ב הלכה יא).
בברכת החג
לחדודי בעלמא רציתי להביא ראי' דתפיסת יד אדם — קטן מועלת, כיון ד"אדם" כולל קטן. וכמובא כמה ראיות בזה בבית האוצר למהר"י ענגיל א' כלל יא. שוב ראיתי דהדבר שנוי במחלוקת וכמובא בספרים שהובאו בשדי חמד כללים א' ס"ק ע"ב. ודבריהם תמוהים . . .
253אייערע צוויי בריוו איינער אָן אַ דאַטום און דער צווייטער פון כ"ב אדר, האַב איך צייטיג ערהאַלטון. ליידער אָבער האָב איך צוליב רוב הטרדות ניט געהאַט די מעגליכקייט צו ענטפערן אויף זיי ביז איצט.
בייליגנד שיק איך אייך דעם קונטרס פון פורים און דעם קונטרס פון ב' ניסן, און איצט צום ענטפער אויף אייערע בריוו:
איך בין געווען העכסט צופרידן לייענען, אַז איר אַרבעט מיט אייער כח הציור און גרייט זיך צו מאַכן אַן אויסשטעלונג, און אַז די פּרעסע האָט וועגן אייך געשריבן גוטע רעצענזיעס. זיכער וועט איר זען שטייגן אין דעם און אויסניצן אייער כשרון, וואָס השי"ת האָט אייך געגעבן, צו בריינגען אַ חיזוק אין יהדות ויראת שמים.
בנוגע דעם עיקר פון אייער בריוו וואו איר באַקלאָגט זיך אויף אייער מעמד ומצב און פילט זיך זייער צובראָכן און צייטנווייז פאַלט איר אַריין אין יאוש און געפינט זיך קיין אָרט ניט וכיוצא בזה, און דערפאַר ווילט איר זיך זען, כדי מען זאָל זיך קאָנען דורכריידן פנים אל פנים.
איז דער זעען זיך פון צוויי גוטע פריינד — אַ גלייכע זאַך און ברענגט אַ גייסטיקע באַפרידיקונג צו ביידע צדדים, אָבער אָפּלייגן ביז דאַן, און דערווייל זיך געפינען אין זעלבן מעמד ומצב פון יאוש ח"ו וכו' וכו', איז ווער פון אונז קען זיך דערלויבן אַזאַ זאַך?
איר שרייבט ניט די סיבה וואָס ברענגט אייך צו אַזאַ מצב רוח, במילא קאַן איך ניט אַריין אין פרטים צו באַווייזן ווי אַזוי די סיבות זיינען ענינים המדומנים וואָס שטאַמען פון עצת היצר, דאָס הייסט, אַז אויב אפילו דער ענין האָט עפּעס אַן אחיזה, אָבער דאָס וואָס ער ווערט אויסגענוצט אויף יאוש און אַראָפּגעפאַלונקייט איז דאָס ניט אמת, נאָר אַ שפּיצול פון יצר, וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט עם אָנגערופן „דער קלוגינקער" ווייל ער גייט צו יעדן איינעם מיט ווערטער וועלכע זאָלען עם נעמען.
מוז איך זיך דאָ באַגרענצן מיט אַ הערה כללית אין גאַנצן ענין. שטיצנדיק זיך אויף דעם פּתגם פון בעל שם טוב, וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט פיל מאָל איבערגעזאָגט, אַז יעדער איד קען אָפּלערנען אַ הוראה בעבודת ה' אין אַלעס וואָס ער זעט אָדער הערט, וויל איך באַלויכטן אייער פאַל בפרט.
זיכער ווייסט איר, אַז די הויפּט קונסט פון אַ מאָלער אין חכמת הציור איז, אַז ער זאָל זיך קאָנען אָפּטראָגן פון דער חיצוניותדיקייט פון דער זאַך, און ניט קוקנדיק אויף דער אויסערליכער פאָרם, זאָל ער קאָנען אַריינבליקן אין דער זאַך „אינעווייניק" און דערזען דאָרט די פנימיות ועצמות הדבר, און קענען דאָס דערנאָך איבערגעבן בציור, אַזוי אַז דער וואָס זעט דעם ציור פון דעם מאָלער זאָל פאַר עם אַנטפּלעקט ווערן אין דער זאַך דאָס וואָס ער האָט פריער ניט באַמערקט, ווייל דער תוך איז געווען פאַרשטעלט פון ענינים טפלים. אַזוי אַרום אַנטפּלעקט דער מאָלער דעם עצמות און מהות254פון דער זאַך וואָס ער צייכנט, און דער וואָס זעט עס, דערזעט עס אין אַן אַנדער אמת'ער ליכט און כאַפּט זיך, אַז ער איז פריער געווען אין אַ טעות.
ככל הדברים האלה וככל החזיון הזה, איז איינער פון די עקרים בעבודת האדם לקונו.
ווי מיר ווייסן פון דער תורה בכלל און פון חסידות בפרט, איז כל הבריאה כולה נעמט זיך פון דבר ה', און דער דבר ה' איז דאָס מהווה ומקיים בכל עת ובכל רגע. נאָר מצד דעם ג־טליכן כח הצמצום והגבורה, שטייט דער דבר ה' בהעלם והסתר און עס זעט זיך בלויז די חיצוניות.
איז דער ענין פון עבודה, וואָס שטיצט זיך אויף דער אמונה פשוטה אַז אין עוד מלבדו, אַז מען זאָל מיט דעם שטאַנדפּונקט צוגיין צו יעדן ענין אין לעבן, און מען זאָל זען אַרויסבריינגען כל אחד כפי יכולתו, וואָס מער דעם אלקות שבכל דבר, און קלענער מאַכן, אויף וויפל עס לאַזט זיך, דעם העלם והסתר פון דער חיצוניות אויף אלקות שבתוכו.
די זעלבע זאַך בנוגע יעדן איינעם בפרט, וואָס בנים אתם לה' אלקיכם, זאָגט ער אויף דערויף אין תניא (פרק ב') כמו שהבן נמשך ממוח האב, כך כביכול נשמת כל איש ישראל נמשכה ממחשבתו וחכמתו ית', וואָס הוא וחכמתו אחד, במילא איז דאָס דער עיקר און גאַנצער מהות ועצמות פון אַלע אידן, און אייך אויך בכלל.
אַזוי ווי דער אויבערשטער האָט געוואָלט, אַז די נשמה זאָל ניט דאַרפן אָנקומען צו נהמא דכסופא, האָט ער איר געגעבן אַ מעגליכקייט פון עבודה, און ניט סתם עבודה, נאָר עבודה ביגיעת נפש ויגיעת בשר, וואָס דורך דער עבודה זאָל ער באַקומען כל טוב ביז די מדריגות היותר עליונות, און דאָס אַלץ פאַרדינטער הייט.
און נאָך אַ זאַך באַוואָרנט דער רבי (בתניא), אַז מ'זאָל ניט מיינען אַז ס'איז דאָ אַזוינע באַ וועלכע דאָס וועט זיך ניט אויספירן, זאָגט ער אַז דאָס קען ניט זיין, וואָרום אפילו מתוך שלא לשמה באַ לשמה בודאי כו' כי לא ידח ממנו נדח (תניא סוף פ' ל"ט).
במילא דאַרף מען זיך היטן, אַז די ענינים טפלים זאָלן ניט פאַרדעקן אויפן עיקר האדם ותכלית הכוונה.
דאָס וואָס דער מענטש האָט שוועריקייטן, נסיונות און עניני בירורים, זיינען דאָס די מיטלען ווי אַזוי מ'זאָל צוקומען צום תכלית הדבר, דאָס הייסט, אַז די נשמה זאָל קאָנען זיין דאָס וואָס זי איז געווען נאָך פאַר דעם אתה בראתה, וואָס דאַן איז — נשמה שנתת בי טהורה היא, און זאָל דערגרייכן נאָך העכערע דרגות, וואָרום יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעולם הזה מכל חיי העולם הבא, במילא טאָר מען דאָך ניט לאָזן די שוועריקייטן פון איבערקומען די נסיונות, אָדער אפילו דעם דורכפאַל אויב מען איז נכשל געוואָרן מזמן לזמן, גובר זיין אויף דער שמחה וואָס מ'דאַרף255פילן פון — בני בכורי ישראל, און פון דער הבטחה וואָס מ'האָט פון אויבערשטן אַליין, אַז ועמך כלם צדיקים.
במילא אַז עס קומט צו גיין אַ איד, ווער רעדט נאָך אַזאַ וואָס האָט געהערט פון אור החסידות, ווער רעדט נאָך אַזאַ וואָס האָט געלערנט תורת החסידות און ווער רעדט נאָך אַזאַ וואָס דער אויבערשטער האָט אים געלייטערט מיט יסורים, און שרייבט, אַז ער איז ח"ו ביאוש און געפינט זיך קיין אָרט ניט וכו' וכו', איז דאָס ניט נאָר היפך האמונה, נאָר היפך השכל אויך!
דער אויבערשטער זאָגט צו בכל תוקף ועוז, אַז לא ידח ממנו נדח, און מאָנט ניט פון דעם מענטשן ער זאָל טאָן איבער די כחות — (וואָרום אין הקב"ה באַ בטרוניא עם בריותיו) — נאָר ער זאָל טאָן נאָך זיינע כחות נאָך. דערנאָך זאָגט ער איהם, אַז ס'איז גענוג אויב עס וועט זיין פתחו לי פתח כחודו של מחט — ואני אפתח לכם כפתחו של אולם.
דאָס אַלץ זאָגט דער אויבערשטער, קומט ער צו גיין און זאָגט, אַז דער חשבון איז ח"ו אַן אַנדערער, במילא קומט דער יאוש, אַראָפּגעלאַזנע הענט און איינריידעניש, אַז עס ווערט וואָס אַמאָל נידעריקער?!
די שאלה איז: דברי הרב ודברי התלמיד, דברי מי שומעים? און די שאלה דאַרפט איר זיך אַליין שטעלן: אייך ווייזט זיך אויס אַזוי, און דער אויבערשטער זאָגט אַז ס'איז אַנדערש, איז דען דאָ אַ ספק ווער עס איז גערעכט?
עד כאן בנוגע אויסטענה'ן זיך.
בנוגע לפועל דאַרפט איר וויסן, אַז איר זייט איינער פון קהל החסידים, במילא זייט איר מקושר צו אילנא דחיי, און די פאַרבונדנקייט איז ווי מ'זאָגט אין פסוק, אתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כולכם היום, ברענגט אַראָפּ דער רבי אין דעם קונטרס פון ב' ניסן* דעם מרז"ל אפילו ביום שכל העולם כולו מתים, אתם חיים, און מה היום כלכם קיימין, אף לעולם הבא כלכם קיימין, במילא האָט איר אַ פּערזענליכע הבטחה פון רז"ל, אַז חיים כלכם היום און חיים כולכם לעולם הבא.
במילא דאַרף מען אויסניצן די צייט אויף תורה ומצוות ביראת שמים, און אויסניצן דעם כשרון מיט וועלכן דער אויבערשטער האָט אייך באַשאָנקן אַז דאָס זאָל ברענגען אַ תועלת ביראת שמים.
דאָס איז פון די זאַכן וואָס מ'דאַרף ניט אַפּלעגן אויף מאָרגן, ווייל מאַרגן דאַרפן זיך אַפּטאָן די מאַרגעדיקע זאַכן, און היינט די היינטיקע, און בכדי צו טאָן די אַלע זאַכן, דאַרף מען וויסן אַז אַלע שטערונגען זיינען עצת היצר, און די אמונה דאַרף מען אַראָפּטראָגן אין שכל (מוח) און אין געפיל (לב) און אין פועל ממש במחשבה דבור ומעשה.
256ווען איר וועט זיך נעמען דערפאַר, כאָטש עס דוכט זיך אייך אַז איר קענט אַנהייבן נאָר כחודו של מחט, וועט דער אויבערשטער געבן הצלחה און וועט עפענען כפתחו של אולם.
איך האָף, אַז איר וועט זיך ניט רעכענען דערמיט וואָס מיין ענטפער האָט זיך אַזוי פאַרשפּעטיגט, און וועט ענטפערן בקרוב מיט אַ בשורה משמחת, אַז איר טוט אין דעם גייסט פון דאָס אויבנגעשריבענע.
בברכה — המחכה לבשורותיו הטובות
בקרוב ממש
(ממכתב כ־ד אדר שני התשי־א ברכה ושלום!
בכלל זיינען דאָך אַלע אידן, סיי מענער סיי פרויען, מאמינים בני מאמינים, דאָס הייסט, אַז אַלע גלויבען און פאַרשטייען אויך מיטן קאָפּ, אַז דער אויבערשטער, און נאָר ער אַליין, פירט די וועלט.
אויך גלויבען אַלע אידן באמונה שלימה, אַז דער אויבערשטער איז תכלית הטוב, גוטסקייט אַליין.
אויך האָט איר זיכער געהערט דעם וואָרט פון שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וואָס ער האָט איבערגעגעבן אין נאָמען פון בעל שם טוב, אַז יעדער איד, סיי מאַן סיי פרוי, איז טייער ביים אויבערשטן ווי אַ בן יחיד ביים פאָטער (באמת — מערער, נאָר מיר באַנוצן דעם ביישפּיל, ווייל מיר קענען זיך ניט פאַרשטעלן אַ גרעסערע ליבשאַפט ווי צו אַ בן יחיד).
דערפון אַלץ קומט דאָך אַרויס במילא, אַז אַלץ וואָס דער אויבערשטער טוט איז לטוב, צום גוטן. און אַזוי ווי דער אויבערשטער וויל אַז אידן זאָלן זיין גוט ניט נאָר ברוחניות נאָר אויך בגשמיות, איז דער טוב אויך, זיכער, ניט נאָר ברוחניות נאָר אויך בגשמיות.
ווי שוין געזאָגט, גלויבן אַלע אידן אין דעם און מען פאַרשטייט דאָס אויך מיטן קאָפּ.
ס'טרעפט אָבער אין מאַנכע פאַלן, אַז דאָס בלייבט ביים מענטשען אין גלויבן און פאַרשטאַנד, און דערגרייכט ליידער ניט צום געפיל אין האַרצן. במילא קומט באַ עם אויס בגילוי, אַז באַשטימטע פּאַסירונגען זיינען אַ סיבה אף צובראָכנקייט און עצבות ח"ו. און וויבאַלד, אַז באַ עם איז דאָס בגילוי אַזוי, און די אמת'ע כוונה אַז דאָס איז צום גוטן בלייבט באַהאַלטן אין שכל, קען אויך אַמאָל זיין, אַז די פּאַסירונג וועלכע האָט אויף אים געמאַכט דער ניט־גוטן איינדרוק, בלייבט אויך איר אמת'ע כוונה — דער תכלית הטוב — באַהאַלטן פון מענטשליכער אויג און ווערט ניט באַלויכטען.
257אויב אָבער מ'אַרבעט אויף זיך, אַראָפּצוברענגען די אמונה און פאַרשטאַנד אויך אין געפיל פון האַרצן, אַז עס קאָן גאָר אַנדערש ניט זיין, נאָר אַז כל מאן דעביד רחמנא — אַלץ וואָס דער אויבערשטער טוט, איז לטב עביד — צום גוטן בגלוי, ביז דאָס האַרץ פילט דאָס אויך, זעט יענער דעם טוב אויך בגלוי, דעם אויבערשטענס שכר איז דאָך מדה כנגד מדה — פון דעם זעלבן סאָרט: אַז דער אויבערשטער אַנטפּלעקט פאַר אַלעמען, ובפרט פאַר עם אַליין, דאָס גוטע וואָס איז באַהאַלטן אין דער פּאַסירונג, און מ'זעט דאָס אפילו מיט פליישיקע אויגן.
זעלבסטפאַרשטענדליך, איז דאָס אַ שווערע אַרבעט צו פועלן באַ זיך. די אַרבעט איז אָבער לייכטער פאַר די וואָס זיינען אויפגעוואַקסן באַ חסידישע עלטערן, פאַר די וועלכע האָבן חתונה געהאַט פאַר חסידים, און פאַר די וועלכע האָבען איינגעשטעלט זייער הויז אויף אַ חסידישן שטייגער עס זאָל זיין דורכגעדרונגען מיט דעם רוח החסידות ומנהגי החסידים.
איך ווינש אייך, אַז, גאָר אינגיכן, זאָל דער אויבערשטער באַווייזן אייך . . . דעם תכלית הטוב וואָס איז דאָ אין פאַרשידענע פּאַסירונגען אין אייער לעבן, וואָס ביז איצט האָט איר דאָס ניט געזען, און איר זאָלט זיין צופרידן אַלע צוזאַמען בגשמיות וברוחניות.
במענה למכתבו מכ"ג ניסן, נעם לי לקרות בו אשר זה זמן שמתחזק עצמו ברחמי השי"ת, ואף שאינו מזכיר עד"ז, תקותי שעיין בספר תניא קדישא, שאין להתרשם ממה שבינתים היו עליות וירידות וכמ"ש ולאום מלאום יאמץ, יעוין שם כמסומן במפתח הנדפס בסופו.
ומה שמביא הפתגם בהנוגע לנסיונות, שנותנים לאדם כפי כחו, הרי זהו תוכן פתגם רז"ל לפום גמלא שיחנא, וביותר ביאור במד"ר עה"פ ה' צדיק (דוקא) יבחן (ב"ר פל"ב, ג) ובילקוט תהלים במקומו.
במה שמזכיר שכשלומד נזכר בגמרא ביבמות, בעשיית נחת רוח הנה ענין הנ"ל* הוא בהנוגע לקבלת שכר ע"י שעושים נח"ר, אבל גדולה מזו שמענו, והוא מיוסד על המאראך בצלם יתהלך איש, (תהלים לט ז) שהאומר שמועה יראה כאילו בעל השמועה עומד לנגדו, ויעיין ג"כ לקוטי דבורים* לכ"ק מו"ח אדמו"ר, דברים נפלאים בזה.
בעת רצון יזכירוהו על הציון הק' של כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע להמצטרך לו בכלל ולתלמוד תורה ביראת שמים (שזהו מהעיקרים בחיי בן ישיבה), תורת הנגלה ותורת החסידות, ביחוד.
) כי כנראה כוונתו ליבמות (צו, ב ושם).
** ירושלמי שבת פ"א ה"ב.
) כ' כסלו תרצ"ד, אות ה. ועייג"כ רשימות הצ"צ (יהל אור) בתהלים שם.
6
258. . . להערת כת"ר בתוד"ה למעוטי (חולין קמ, א) דנסתפקו בבהמת עה"נ שעבר והקדישה והקריבה אם הוא קרבן כשר — דקשה דע"כ בבהמת צדיקים קאי (דדרשעים — בלאה"כ פסולה מפני זר"ת — סנה' קיב, ב. אבל י"ל דס"ל לתוס' כהראב"ד הל' ע"ז פ"ד הי"ג דלא חל איסור) וכיון שהקריבה — היינו שהיא בירושלים הרי ממון צדיקים שמחוצה לה פלט.
וי"ל (ובזה מתורץ ג"כ היתור ל', לכאורה, בתוס') שכתב ודייק „שעבר" והקדישה, היינו שההקדש הי' בעבירה, לאחר גמ"ד כשהיא בתוכה, והקריבה אח"כ בירושלים — שכיון שבנ"א שיצאו מעה"נ אין זה מצילם ונאמר עליהם הכה תכה (ספרי ראה יג, טז) עאכו"כ בהמה. עוי"ל דכיון שבעת שהקדיש עבר — לשריפה קיימא אז — אין הקדש חל על בהמה שרופה. ועפ"ז צ"ע אם יש בזה איסור הקרבת חולין בעזרה, או שגם חולין אינה. ואולי יש לקשר בהבירור מהו האיסור: להקריב חולין כמשמעות „שלך" (קדושין נז, ב) בעזרה, או — מה שאינו הקדש. ואכ"מ.
במענה על מכתבו (מפני סיבה נתעכב מכתבי ואתו הסליחה), מעתיק הוא הגהות כ"ק אדנ"ע על התניא ספ"* ו ורפ"ז, מוסיף מביאורי מהר"י קיידאנער בזה ושקו"ט אם לדבר אחד נתכוונו.
והנה ביאורי מהרי"ק מחפשו הנני זה שנים רבות (נחוץ הוא כאן לכמה ענינים) אבל לע"ע לא מצאתיו. ובמילא קשה לי לעמוד על דעת מהרי"ק, ובפרט כי גם הוא כותב במכתבו אשר „אינו זוכר בפרוטרוט" דברי מהרי"ק.
וכנראה ממכתבו מתקשה בפי' הגהות אדנ"ע, גם למה מסיים אדנ"ע בצ"ע, גם למה אין אדנ"ע מתרץ עפ"מ שכותב בשם מהרי"ק.
והנה קוטב הפירוש שמביא בשם מהרי"ק הוא: שני ענינים ישנם: גוף — היינו כמות הד' יסודות שבנברא זה, ובכל הדצח"מ זהו דומם ומק"נ, קיום הגוף — כח המרכיב את הד"י שבנברא זה, וזהו בכל נברא לפי ענינו אם דומם צומח חי או מדבר, ומק"נ או מגק"ט.
וקושיא היותר גדולה לפי' זה היא: מפני מה ל"נ בתניא ענין היותר גדול — שכל הגופות שבכל הדצח"מ הם מק"נ, ואף את"ל שאין בזה נפ"מ לעבודת האדם ולכן לא השמיענו זאת, הנה גם הידיעה ע"ד שרש נפשות דצ"ח אינו נוגע כ"כ לעבודה, — גם: כמו שברפ"ז קאמר לבסוף „וקיום . . . כל הדומם" וכולל בזה, לפי' הנ"ל, גם ישראל ובע"ח, הנה גם בספ"ו הול"ל „וקיום גופם" רק פ"א לבסוף, ולהשמיטם קודם תיבות „ונפשות כל בע"ח".
גם ברפ"ז הול"ל „כל הדומם" אחרי „כל הצומח", דגם גוף הצומח נכלל בדומם זה, ועוד כמה דיוקים ישנם, ואכ"מ.
ומה שנלפע"ד בכוונת אדנ"ע בהגהתו הוא: שמתרץ כי בתניא מדבר רק259בדברים השייכים לקליפות, אם לגקה"ט או לק"נ, משא"כ הגוף שהתהוותו וקיומו הוא מאוא"ס הסוכ"ע, ואף שגם גוף או"ה ובע"ח הטמאים התהוותם משם — ראה בארוכה בתו"א ד"ה יביאו לבוש מל' ובתוס' ביאור שם בסופו ובשערי אורה כפי המסומן במפתח הענינים שבסו"ס הקיצורים. המאמרים המובאים בהגהת אדנ"ע אינם אצלי, —
הנה מבואר מהנ"ל דאור הסוכ"ע פועל ע"י שנמשך ומאיר בהממכ"ע, ולכן בבע"ח הטהורים שעובר רק ע"י ק"נ, שבכחה עכ"פ לעלות ולהכלל בקדושה, אין היא מסתרת על אור הסוכ"ע, ועיקר קיום הגוף הוא מהסוכ"ע, — ועדמ"ש בתניא פ"ו „בין בפועל כו' בין בכח" אלא ששם מדבר בממכ"ע, ועייג"כ בפ"מ לענין הסתר דק"נ על אור הממכ"ע.
משא"כ בבע"ח הטמאים שצריך לעבור גם ע"י הגקה"ט, והם אין להם עלי' לעולם, ה"ז מסתיר לגמרי, שאין ניכר במקבל כלל אור הסוכ"ע, ובמילא, קיומו של המקבל הוא מגקה"ט, ועייג"כ בספר הקיצורים לתניא ע' קמ"ג מה שנעתק מד"ה פדה בשלום העת"ר.
ולהעיר ג"כ מדרושי מילה, (סהמ"צ להצ"צ מצות מילה, ועוד) ששם נת' ג"כ חילוק דהבדלה דק"נ וגקה"ט, ומממכ"ע יובן לסוכ"ע.
עוד יש להסביר החילוק הנ"ל, ע"פ המשלים שהובאו בזה בדא"ח (ראה שערי אורה שם פפ"ב פ"ג) מרצון לבנות פלטרין או מרצון להרויח ממון — דבכל פרטי הפלטרין או פרטי דרכי הרוחת הממון אין סתירה עכ"פ, להכרת רצון הנ"ל. מלבד במקום האשפה והצואה (שזהו היפוך ענין דירה) או כשמפסיד ממון, (אף שהוא כדי להרויח ביותר אח"כ). וק"ל.
ומה שמסיים כ"ק אדנ"ע „וצ"ע" — י"ל כמה טעמים: צ"ע בהנ"ל, דא"כ למה כשאוכל בסתם אין זה קדושה, מפני מה היש מגשם — דדוחק גדול לומר אשר שתי אלה הם לא מהגוף אלא דוקא מפני החיות, דהיינו נפש הדוממת או הצומחת שבו, ואיפכא מסתברא, גם בתו"א שם מבואר דהסוכ"ע רק נותן כח ועוז ועפהנ"ל ה"ה מקיים הגוף, ועוד.
מה שהביא קושית מהרי"ק איך יהי' לע"ל או"ה ובע"ח שהם טמאים עתה והלא רוח הטומאה יעבור מן הארץ, (ואיני מבין איך יתורץ במה שמחלק בין גוף וקיום הגוף, ואם שאז ישתנה מקור כח המרכיב, אף שההרכבה לא תשתנה, הרי גם בל"ז יכול לומר שאז ישתנה מקור כח המהווה את הגוף, אף שהגוף לא ישתנה), ואיני מבין מפ"מ אינו מקשה מגר בזמה"ז, או מדבר איסור שאכלו לפקו"נ שנעשו היתר גמור או מזדונות נעשו כזכיות, וכיו"ב.
והדבר פשוט: אין גקה"ט עצמן מקיימין או מחיין, וח"ו לומר כן, אלא שזהו הניצוצי קדושה שבהן; ובכ"ז זהו נקרא ע"ש גקה"ט, כי הניצוצים נחשכו כ"כ עד שנעשו ע"ד חתיכה עצמה נעשית נבילה, וכמ"ש בד"ה פדה העת"ר ונ"ח עת"ר הנ"ל. ולע"ל וכן גם עתה בבירורין מגקה"ט הנ"ל ישברו260ויעבירו הקליפות ויחייו הניצוצות עצמן, — ועייג"כ פסחים סח, א, מצות מילה שם סוף ח"א.
וזאת למודעי: ממרז"ל (נסמן בהערתי בהמשך מים רבים תרל"ו ע' פ"ז* למה נקרא שמו חזיר כו' להחזירו לנו, מוכח דגמל שפן וארנבת ישארו באיסורן, — ול"ק מהנ"ל כי מבואר (באגה"ק סכ"ו ובכ"מ, ועייג"כ פסחים סח, א) דשני זמנים לע"ל כשיהי' עדיין אסור וטמא וכו', ואז רק חזיר יטהר, ואח"כ כשרוח הטומאה יעביר מן הארץ תבטל כל המרכבה טמאה דגמל כו',
דרך אגב: מש"כ באגה"ק דאיסור יולדות ישאר — בזמן א' הנ"ל — הוא בדיוק, כי איתא במדרש תהלים קמ"ו דגם נדה תטהר, (ועיי"ש דמוכח דמדרשות חלוקות יש בזה, וראה אור התורה בראשית ע' נ"א, א), ואכ"מ.