לקוטי שיחות
ויקהל
187פרשת ויקהל
א. דער אָנהויב פון היינטיקער סדרה איז; ויקהל משה את כל עדת בני ישראל ויאמר אליהם אלה הדברים אשר צוה ה' לעשות אותם ששת ימים תעשה מלאכה וביום השביעי יהי' לכם קדש שבת שבתון וגו'.
זיינען אין דעם פאַראַן פיל דיוקים און קשיות, וואָס עטלעכע פון זיי פרעגן אויך די מפרשי התורה;
א) וואָס איז דער ענין פון ויקהל משה, דער געוויינלעכער לשון אין תורה איז דאָך ויאמר משה, ווי עס שטייט אין די מערסטע ערטער און אויך אין דער פּרשה אין עטלעכע פּסוקים ווייטער ביי דעם ציווי פון תרומת המשכן?
ב) ער זאָגט, אלה הדברים אשר צוה הוי' לעשות אותם, און ער דערקלערט ניט וואָס זיינען די דברים? רוב מפרשי התורה לערנען אַז דאָס גייט אויף ציווי תרומת המשכן, אָבער דאָס איז דאָך שווער, וואָרום ווייטער ביי תרומת המשכן זאָגט ער נאָך אַמאָל ויאמר גו', מוז מען דאָך זאָגן אַז די אמירה גייט אויף אַן ענין, וואָס איז פאַר דעם צווייטן ויאמר, אויף דעם וואָס ער זאָגט באַלד נאָך דעם — ששת ימים גו', איז דאָך אָבער ניט פאַרשטאַנדיק; אויף שמירת שבת זיינען זיי דאָך
שוין אָנגעזאָגט געוואָרן אין די עשרת הדברות.
ג) פאַרוואָס זאָגט ער שבת שבתון, צוויי מאָל דעם ענין פון שבת?
ד) רש"י זאָגט (און אַזוי שטייט אויך אין גמרא, מדרשא) און זהר) אַז ויקהל משה איז געווען אויף מאָרגן נאָך יום כיפּור, בשעת משה רבינו איז אַראָפּגעקומען פון הר סיני.
פון דעם איז פאַרשטאַנדיק אַז דער ויקהל משה גו' האָט אַ שייכות צו יום כיפּור וואָס זיין ענין איז — כפּורים, וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה'ן, „סלחתי כדבריך", וואָס דאָס איז די כפּרה אויפן חטא העגל. דאַרף מען פאַרשטיין וואָס איז די שייכות צווישן זיי?
ב. וועט מען עס פאַרשטיין דערמאָנענדיק פריער די דברי רז"לח) וועגן דעם דיוק פון לשון תעשה (תי"ו צרוי', עיי"ן קמוצה) און ניט תעשה (מיט אַ פת"ח). דער חילוק איז; תעשה (מיט אַ פת"ח) מיינט, עשי' בהתעסקות — טאָן מיט אַ פאַרנומענקייט. תעשה (מיט אַ ציר"י) מיינט עשי' בדרך ממילא — אַז188עס טוט זיך אָפּ פון זיך אַליין. שטייט אויף דעם אין מכילתא (במקומו), בזמן שישראל עושין רצונו של מקום מלאכתן נעשית על ידי אחרים.
דאָס איז די ברכה פון הימל. יעדער ענין איז דאָך אָבער דאָ אויך אין דער עבודה פון מענטשן, איז דער ענין פון תעשה (בציר"י) אין עבודה, אַז די מלאכה ועובדין דחול וואָס אַ איד דאַרף טאָן בששת ימי החול, דאַרף זיין אָן התעסקות — אָן אַ פאַרנומענקייט — נאָר אַזוי ווי דאָס וואָלט זיך געטאָן פון זיך אַליין.
אַזוי ווי עס שטייט) יגיע כפּיך כי תאכל אשריך וטוב לך, וואָס דער טייטש איז)) אַז די יגיעה וואָס דער מענטש האָרעוועט צוליב זיינע קער־
באַדערפענישן
דאַרף זיין נאָר מיט די הענט און ענלעכע חיצוניות'דיקע אברים (כפּיך) אַליין. די קאָפּ און די האַרץ דאַרפן ליגן אין תורה ומצות, און בשעת זיין הנהגה איז; יגיע כפּיך כי תאכל — דאַן איז אשריך וטוב לך, לויט דעם מאמר רז"ל*)) אשריך בעולם הזה וטוב לך בעולם הבא.
און דאָס מיינט אויך תעשה (בציר"י) בדרך ממילא, ער ליגט ניט אין דעם עסק מיט זיין מוח און האַרץ, ער טוט עס נאָר בלויז מיטן כח המעשה, און אויך דעם כח המעשה נוצט ער אין דעם מער ניט אויף וויפל עס איז נויטיק אויף צו מאַכן אַ כלי אויף ברכת הוי'.
וואָרום דער אמת איז דאָך, אַז וברכך הוי' אלקיך בכל אשר תעשה. ניט זיין עשי' גיט פּרנסה, נאָר די ברכת הוי' גיט פּרנסה, מער ניט וואָס די ברכת הוי' דאַרף האָבן אַ כלי אין טבע, דערפאַר דאַרף זיין דער „בכל אשר תעשה". אָבער עס איז מער ניט ווי בלויז אַ כלי. און דערפאַר דאַרף מען טאָן אין דעם נאָר אַזוי פיל אויף וויפל עס איז נויטיק כדי עס זאָל זיין אַ כלי, ד. ה. אַז די קאָפּ מיט דער האַרץ זאָלן אינגאַנצן ניט ליגן אין דעם, אויף תחבולות, א. ד. גל. און אויך מיטן כח המעשה, טאָן בלויז אויף וויפל עס איז נויטיק.
— דער אמת איז דאָך אַז עס האָט אינגאַנצן ניט געדאַרפט דערלויבט זיין טאָן מלאכה. וואָרום עס איז דאָך את השמים ואת הארץ אני מלא און מלא כל הארץ כבודו (ג־ט ברוך הוא געפינט זיך אומעטום), איז מצד כבוד מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא האָט ניט געדאַרפט זיין דערלויבט טאָן קיין מלאכה, ווי די רז"ל זאָגן מאן דמחוי קדם מלכא כו'. עס איז מער ניט וואָס די תורה האָט געגעבן רשות און געהייסן טאָן מלאכה, אַזוי ווי עס שטייט: בכל אשר תעשה, ששת ימים תעבוד. ובמילא, איז אויף וויפל ס'איז נויטיק, האָט דאָך אויף דעם די תורה געגעבן רשות, אָבער מערער דערפון איז אויסער דעם וואָס דאָס ווייזט דאָך אַז ביי אים פעלט דער אָפּלייג אַז דער עיקר איז דער וברכך הוי' אלקיך (און ווי עס ווערט ווייטער דער־189קלערט אין סעיף ה'), איז דאָך דאָס אויך אַן ענין פון מחוי קמי' מלכא —
ג. אין פלוג, איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק, פאַרוואָס רופט עס דער פּסוק אָן דוקא מיטן נאָמען יגיעה, יגיע כפּיך ז ובפרט לויט ווי געזאָגט אַז דאָס איז בלא לב ולב, אַז ער נעמט זיך ניט צום האַרצן?
וועט מען עס פאַרשטיין לויט דעם וואָס איז באַוואוסטז), אַז ווען מען אַרבעט אין אַ זאַך וואָס מען האָט אין איר אַ תענוג, איז אפילו בשעת מען לייגט אַריין אין דעם אַ סך כחות, ווערט מען ניט אַזוי שטאַרק פאַרמאַטערט, ווייל מען האָט אין דעם אַ געשמאַק. אָבער ווען מען אַרבעט אין אַ זאַך אין וועלכער מען האָט ניט קיין געשמאַק, איז אַפילו אויב מען אַרבעט נאָר אַ ביסל, מאַטערט דאָס אויך אויס.
אַזוי אויך ביי דעם; מצד דעם וואָס ער האָט ניט קיין געשמאַק אין גשמיות, ער טוט אין דעם מער ניט ווייל ער מוז,
— וואָרום כאָטש אַז אויך דעם עסק נוצט ער אויס לעבודת הוי', ביז מען זאָגט אַז אויך דערמיט איז ער מקיים אַ מצוה לויט דעם מאמר רז"לח) אויפן פּסוק ששת ימים תעבוד, אַז דאָס איז אַ מצות עשה, פונדעסטוועגן איז ער דאָך בשעת מעשה פאַרנומען מיט ענינים גשמיים, און זיין תענוג איז דאָך אויף טאָן אין ענינים וואָס זיי זיינען מצות בגלוי, ובמילא איז דער עסק אין גשמיות ביי אים אַ הכרח (אַ געצוואונגענע זאַך) —
איז מצד דעם הכרח, איז אויך דאָס ביסעלע וואָס ער האָרעוועט נאָר בלויז מיטן כח המעשה בלבד און דאָס אויך אָן השתדלות, ביז מען רופט עס אָן בדרך ממילא, איז אָבער מצד דעם וואָס מצד עצם הדבר וויל ער דאָס ניט, און ער וואָרט שוין אויף דעם מינוט ווען ער וועט קענען פאַרענדיקן דעם עסק און נעמען זיך צו תורה ומצות, איז אויך דאָס ביסעלע וואָס ער אַרבעט אין דעם, מאַטערט אים שטאַרק אויס.
ד. און דאָס איז דער פּשט אין פּסוק ששת ימים תעשה מלאכה וביום השביעי שבת שבתון, ד. ה. בכדי עס זאָל קענען זיין דער שבת ווי עס דאַרף זיין, מוז זיין די הקדמה פון ששת ימי החול, עס זאָל זיין תעשה בדרך ממילא.
עס שטייט דאָך לעולם יראה אדם בכל שבת כאילו כל מלאכתו עשוי (יעדן שבת דאַרף אַ מענטש זיך באַטראַכטן ווי זיין גאַנצע אַרבעט איז אָפּגעטאָן), איז אויב אינמיטן וואָך ליגט ער אין עסק, מיט גרויס טרדה, דאַן איז אויך בשעת עס קומט שבת, און ער וויל זיך אָפּרייסן אויף דעם טאָג, לכל הפּחות, פון דעם עסק און טאָן אין תורה ותפלה, לאסתכלא190ביקרא דמלכא, פאַלן אים אַריין פאַרשידענע מחשבות זרות, סיי די מחשבות אין וועלכע ער ליגט די גאַנצע וואָך, און נאָך מערער, עס פאַלן אים אַריין אויך אַזעלכע מחשבות צו וועלכע ער איז ניט שייך כלל. חייבא מבלבלין לי' 210)). וואָרום וויבאַלד (ער האָט געעפנט אַ טיר, איז אַז מען עפנט אַ טיר שפּאַרט מען זיך אַהין. במילא קען ער ניט האַלטן ביי שבת.
אויב אָבער אַז ששת ימים תעשה מלאכה (בדרך ממילא), דאַן איז וביום השביעי שבת שבתון. עס לייכט אים דער אור פון שבת. און נאָך מערער, שבת שבתון, צוויי מאָל שבת, וואָרום דער וואָס אויך אינמיטן וואָך איז ביי אים תעשה בדרך ממילא, איז ער אויך אינמיטן וואָך בבחינת שבת242)), און בשעת עס קומט שבת ווערט ביי אים אַ תוספת קדושה, שבת שבתון (וואָס דערמיט ווערט פאַרענטפערט די דריטע קשיא).
און לויט דעם וועט פאַרענטפערט ווערן אויך די צווייטע קשיא, וואָרום דאָ איז ניט דער ציווי אויף שבת, נאָר ווי אַזוי זאָל מען צוקומען צו שבת.
ה. לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון ויקהל משה גו' ששת ימים תעשה מלאכה צו מחרת יום כיפּורים, אַז דאָס איז דער סדר התיקון אויפן חטא העגל.
וועגן חטא עבודה זרה זאָגט דער רמב"םיא) אַז דאָס איז געקומען מצד דעם וואָס די השפּעה מלמעלה גייט דורך דורך כוכבים ומזלות אַזוי ווי עס שטייטיח) וממגד תבואת שמש גו'. איז הגם זיי זיינען אויך מודה אַז די כוכבים ומזלות זיינען נאָר ממוצעים, אָבער פונדעסטוועגן קרו לי' אלקא דאלקייא, זיי זיינען מחשיב אויך די ממוצעים. דער אמת אָבער איז אַז מען טאָר זיי ניט דינען, ווייל זיי זיינען נאָר כגרזן ביד החוצב.
אין חסידות144)) ווערט דערקלערט, אַז בדקות יותר, אין אַן איידעלערן אופן איז דער ליגן מיט השתדלות און תחבולות אין עסק אויך אַן ענין פון עבודה זרה חס ושלום, ווייל דאָס קומט פון דעם וואָס מען האַלט דעם עסק, דעם ממוצע, פאַר אַ חשיבות און טייערקייט, כאָטש ער גלויבט אַז וברכך הוי' אלקיך גו', פונדעסטוועגן איז ער מחשיב און האַלט טייער דעם עסק, און דערפאַר לייגט ער זיך אַריין אין דעם מיט זיין שכל, וואָס דאָס איז דוגמת השתחואה, הרכנת הראש, ער בויגט איין די קאָפּ צו דעם. און נאָך ערגער, וואָרום הרכנת הראש איז נאָר בגשמיות, און דאָ לייגט ער דאָך אַריין זיין קאָפּ ברוחניות, זיין שכל, אין דעם ממוצע, ווייל ער האַלט עס פאַר אַ חשיבותיח).
דאָס הייסט, אַז דער ענין פון ששת ימים תעשה (מיט אַ פת"ח) מלאכה בהתעסקות, קומט מצד דעם וואָס ער איז מחשיב דעם עסק. אָבער בשעת ביי אים לייגט זיך אָפּ דער191אמת אַז דאָס איז נאָר כגרזן ביד החוצב, דאַן ליגט ער ניט ראשו ורובו אין דעם עסק, און ער פירט זיך אין דעם סדר פון תעשה בדרך ממילא.
לויט דעם וועט מען פאַרשטיין נאָך אַ טעם אויף דעם וואָס די דערמאָנטע הנהגה איז תעשה בדרך ממילא, ווייל ביי אים לייגט זיך אָפּ אין זיין שכל, אַז ניט דער עסק גיט אים פּרנסה, נאָר אַז דורכן עסק האָט ער פּרנסה פון דעם „וברכך הוי' אלקיך" בדרך ממילא.
און לויט דעם איז אויך פאַרשטאַנדיק די שייכות פון ויקהל משה צו דעם מחרת יום כפּור, וואָרום דער סדר התיקון, ועקירת חטא עבודה זרה איז — ששת ימים תעשה מלאכה בדרך ממילא.
ו. דער דערמאָנטער ענין פון „יגעת בדרך ממילא" איז פאַראַן אויך אין אַ העכערן אופן, ניט אין דעם עסק בדברים הגשמיים, נאָר אין עבודת הוי'. און אויך אין דעם איז דער תעשה בדרך ממילא אַ תיקון אויפן חטא העגל.
די דערקלערונג דערפון;
די משנה זאָגטי), אל תהיו כעבדים המשמשין את הרב על מנת לקבל פּרס. עס איז פאַראַן אַן אופן אין עבודת הוי', אַז דאָס וואָס ער לערנט תורה און מקיים מצות איז ווייל ער פילט אַ געשמאַק אין דעם, ער פילט אַ נועם עריבות ומתיקות אין תורה ומצות. דאָס ווערט אָנגערופן על מנת לקבל פּרס. דער תכלית העבודה איז, שלא על מנת לקבל פּרס, ד. ה. ניט מצד דעם געשמאַק, נאָר מצד קבלת עול מלכות שמים, וואָס ער וויל אויספירן דעם רצון העליון.
און מצד דעם הייסט עס „יגיעה בדרך ממילא".
„יגיעה"; וויבאַלד ער טוט עס ניט מצד זיין געשמאַק ותענוג, איז דאָס אַן ענין פון יגיעה — כנ"ל.
„בדרך ממילא" בשעת די עבודה איז מצד ההרגש והעונג כו' קען ער אַמאָל אַ טעות האָבן און מיינען אַז ער טוט עס בכחו ועוצם ידו, מצד דעם וואָס ער האָט גוטע כשרונות און גוטע מדות לערנט ער תורה און ער גיט צדקה וכו' (כללות המצות) — תעשה (בפת"ח). בשעת אָבער ער טוט עס מצד קבלת עול, דאַן הערט ער דעם אמת אַז דאָס איז ניט בכח עצמו, נאָר מצד סייעתא דשמיא — תעשה (בציר"י).
אַזוי ווי דער מאמר רז"ליח) פּתחו לי כחודה של מחט ואני אפתח לכם כפתחו של אולם, אַז דאָס וואָס דער מענטש טוט איז מער ניט ווי כחודה של מחט — אַ קליינע עפענונג פון אַ נאָדל, — און דער עיקר קומט מצד מלמעלה — ואני אפתח.
נאָך מערער, אויך די הכנה צו קיום המצות קומט פון דעם אויבערשטן, לויטן מאמר רז"ל על פּסוק מי הקדימני ואשלם, מי עשה לי מעקה עד שלא192נתתי לו גג כו' מי עשה לי ציצית עד שלא נתתי לו טלית וכו'י).
און דערפאַר הייסט עס בדרך ממילא (על דרך הנ"ל, בגשמיות, בפירוש הב'), וואָרום ער פילט אַז ניט מצד זיין אַרבעט האָבן זיך אויפּגעטאָן אַלע ענינים, נאָר אַז זיין אַרבעט איז מער ניט ווי אַ כלי און אַ צינור צו דעם ואני אפתח, עס טוט זיך אויף בדרך ממילא.
ז. ווי געזאָגט פריער, איז אויך דער ענין פון יגיעה בדרך ממילא אין רוחניות אַ תיקון אויף חטא העגל.
וועט מען עס פאַרשטיין לויט ווי עס איז באַוואוסט אַז דער חטא העגל איז דער זעלבער ענין פון חטא עץ הדעת, כמאמר רז"ל אַז בשעת חטא עץ הדעת ירדה זוהמא לעולם, ובשעת מתן תורה פסקה זוהמתן, ובשעת חטא העגל חזרהיח).
דער ענין פון חטא עץ הדעת איז דאָך באַוואוסט אַז דאָס איז דער ענין פון הרגש, פילן זיך, אַזוי ווי עס שטייט ותרא האשה כי טוב העץ למאכל וכי תאוה הוא לעינים, מען דערפילט דעם געשמאַקכ), איז דער תיקון אויף דעם — „יגיעה בדרך ממילא". אָנשטאָט דעם, וואָס עס איז געווען מצד הרגש, דאַרף זיין יגיעה — קבלת עול; און אָנשטאָט דעם, וואָס ער האָט געמיינט אַז בכחו ועוצם ידו עשה את החיל הזה, דאַרף זיין בדרך ממילא.
ח. לויט דעם אַלעמען וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס ער זאָגט אין פּסוק ויקהל משה את כל עדת בני ישראל גו', און ניט, ווי געוויינלעך, ויאמר גו'.
אַזוי ווי עס איז געווען מחרת יום כיפּור, דער ענין פון כפּור אויפן עגל וואָס האָט מחזיר געווען זוהמא פון חטא עץ הדעת, און מען האָט געדאַרפט פּועל'ן אין וועלט זי זאָל זיין ווי פאַר דעם חטא, וואָרום עולם על מילואו נברא, וואָס תכלית הכוונה איז דאָך גוי אחד בארץ, עס זאָל זיין אַ רשות היחיד, אַ דירה לו יתברך בתחתונים, אין דברים גשמיים דוקא, און זיי זאָלן זיין אַ דירה צו אחדותו ועצמותו יתברך, איז אויף דעם געווען ויקהל משה, ער האָט צוזאַמענגעקליבן אַלע ענינים לאחדות האמיתי.
און אַזוי ווי אַלע ענינים זיינען דאָך איינגעטיילט אין דריי דרגות — עולם שנה נפש, דערפאַר רעכנט ער אויס אין פּסוק די אַלע דריי ענינים; אלה הדברים, ל"ט מלאכותיא) (כולל כל עניני העולם) בכל מושבותיכם — כללות פון מקום, עולם. כל עדת בני ישראל — כללות פון נפש. ששת ימים תעשה מלאכה וביום השביעי שבת שבתון — כללות פון זמן.
צונויפקלייבן די אַלע ענינים צום אחדות האמיתי איז בכחו של משה. וואָרום משה איז משמיטה ראשונהכח), למעלה מהשתלשלות, דערפאַר איז בכחו צונויפקלייבן אַלע ענינים צום אחדות האמיתי. און דאָס זעלבע איז אויך בכחו של משה וואָס געפינט זיך אין יעדן אידן (לויט ווי עס193ווערט דערקלערט אין תניא*18)) בענין אין לגבי משה מילתא זוטרתי היא).
וואָס דורך דער עבודה ווערט אויסגעפירט די תכלית הכוונה פון דער בריאה, אַז עס ווערט אַזוי ווי פאַר דעם חטא וואָס עולם על מילואו נברא, וואָס די שלימות פון דעם בגלוי וועט זיין לעתיד, און ווי דער מאמר רז"ל סמך שבת למלאכת המשכן, אַז דורך דער עבודה וועט זיין בנין בית המקדש השלישי במהרה בימינו.
ט. פון פּסוק אלה הדברים גו' לערנט אָפּ די גמרא די ל"ט מלאכות וועלכע זיינען אסור אום שבת. און די גמרא*2)) זאָגט, מלאכה דהואי במשכן הואי מלאכה — אַ מלאכה וואָס איז געווען אין משכן הייסט אַ מלאכה און זי איז אסור אום שבת.
פון דעם וואָס די ל"ט מלאכות לערנט מען אָפּ פון די מלאכות המשכן איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז די ל"ט מלאכות זיינען פאַרבונדן מיט די מלאכות המשכן.
עס איז דאָך באַוואוסט, אַז יעדער לימוד אין תורה איז ניט צופעליק ח"ו, נאָר אַז דער „מלמד" מיטן „למד" זיינען, בפּנימיות, איין ענין.
און זייער פאַרבונד איז אַ צווייענדיקער; א) דער שרש פון די ל"ט מלאכות איז מלאכות המשכן, ד. ה. אַז אַלע מלאכות קומען בהשתלשלות פון מלאכות המשכן. ב) דערפאַר איז אויך דער ציל און תכלית פון אַלע מלאכות, אויך פון מלאכות הרשות, צו מאַכן דורך זיי אַ משכן ודירה לו יתברך, אַזוי ווי עס שטייט בכל דרכיך דעהו38)).
י. לויט דעם וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס מיר געפינען, אַז אין די טעג וואָס מען מעג טאָן מלאכה, איז מען ממעט אין ענינים ווי קריאת התורה, און תפלות נוספות, בכדי ניט צו פאַרקירצן די צייט פון מלאכהד).
נאָך מערער; אויפן פּסוק ששת ימים תעבוד, זאָגן די רז"ל, אַז דאָס איז אַ מצות עשהיז).
אין פלוג — ווי קען דאָס געמאָלט זיין?
אָבער, לויט דעם ווי מען האָט גערעדט, אַז דער תכלית פון אַלע מלאכות איז צו מאַכן דורך זיי אַ משכן, איז מובן אַז דאָס איז אַ מצוה, און אַ מענטש דאַרף שטענדיק האָרעווען אין דעם, כי אדם לעמל יולדכח).
וואָרום דער חילוק פון דער גאַנצער וועלט ביז דעם משכן איז נאָר אַ חילוק פון כוח ביז פּועל; דער משכן איז אַ משכן בפּועל און די גאַנצע וועלט איז אַ משכן בכוח.
דאַרף מען אויסנוצן יעדע רגע אויף מלאכה, וואָס, ווי געזאָגט, ברענגט זי פון כוח אין פּועל, יעדע רגע איז דאָ דער אָנזאָג בכל דרכיך דעהו.
194יא. משנכנס אדר מרבין בשמחה.
אין דער משנהיח) שטייט, משנכנס אב ממעטין בשמחה, נאָר די גמראכ) זאָגט אויף דעם, כשם שמשנכנס אב ממעטין בשמחה, כך משנכנס אדר מרבין בשמחה.
זעט מען אין דעם צוויי ענינים הפכיים:
א) פון דעם לשון כשם איז משמע, אַז דער עיקר איז דער משנכנס אב ממעטין בשמחה, דאָס שטייט בפירוש אין דער משנה, מה שאין כן דער משנכנס אדר מרבין בשמחה, איז דאָס ניט מער ווי כשם, וואָס מען לערנט עס אָפּ פון משנכנס אב.
ב) לאידך גיסא זעען מיר אַז בהנוגע לפּועל איז דער משנכנס אב ממעטין בשמחה באַגרענעצט. ניט אין אַלץ איז מען ממעט. עס זיינען פאַראַן עניני שמחה אויך אין אב*1)). אָבער דאָס וואָס משנכנס אדר מרבין בשמחה איז דאָס אָן קיינע הגבלות ביז עד דלא ידעי.
אין פלוג איז דאָס ניט פאַרשטאַנדיק, וויבאַלד אַז דער גאַנצער ענין פון משנכנס אדר מרבין קומט אַרויס פון דעם משנכנס אב ממעטין, ווי דער לשון הגמרא איז, כשם, היינט פאַרוואָס איז דער משנכנס אדר מרבין בשמחה מערער ווי דער משנכנס אב ממעטין וכו'.
יב. די פּשוט'ע דערקלערונג אין דעם; ווייל שמחה דאַרף זיין אַלע מאָל, אַפילו בחודש אב, עס איז דאָך אַלע מאָל דאָ דער ציווי פון עבדו את הוי' בשמחה. דערפאַר אַז עס קומט נאָך צו מרבין בשמחה איז דאָס אָן אַ גרענעץ. דער ממעטין איז באַגרענעצט, ווייל אויך דעמאָלט דאַרפן זיין געוויסע עניני שמחה, ובפרט מצד דעם ציווי פון עבדו את הוי' בשמחה.
די פּנימיות פון דעם ענין איז, ווי מען האָט גערעדט אין מאמרב), אַז דער תכלית הכוונה איז אויסצופירן דעם נתאוה הקדוש ברוך הוא להיות לו יתברך דירה בתחתונים, אַז דער אויבערשטער זאָל האָבן אַ דירה דאָ למטה. און ווי דער מענטש וואָס וואוינט אין אַ דירה, געפינט ער זיך אין דער דירה מיט זיין גאַנצן וועזן, אַזוי איז אויך דער פּירוש פון דירה בתחתונים, אַז דער אויבערשטער זאָל זיין למטה בכל עצמותו ומהותו יתברך.
עס שטייט דאָך עוז וחדוה במקומו, דאָרטן וואו דער אויבערשטער געפינט זיך איז שמחה. במילא בכדי עס זאָל זיין דירה בתחתונים, מוז מען האָבן עוז וחדוה, וואָס דעמאָלט קען עס זיין מקומו ודירתו יתברך49)).
דערמיט איז פאַרשטאַנדיק וואָס מען דאַרף זיין שטענדיק בשמחה. אַפילו אין די צייטן וואָס עס שטייט אויף זיי ממעטין, דאַרף מען אויך דעמאָלט זיין בשמחה, אין אַ געוויסער מאָס, וויבאַלד אַז די דירה לו196יתברך מוז מען מאַכן שטענדיק, בכל רגע ורגע, וואָרום דאָס איז דאָך כל האדם, אני (לא) נבראתי (אלא) לשמש את קוני 44)), במילא ליגט דער חיוב צו זיין שטענדיק, יעדע רגע, בשמחה.
יג. דאָס וואָס אַמאָל דאַרף זיין דער סדר עבודה אין צווייטן קו, אין פאַרקערטן קו פון שמחה — וועט מען דאָס אויך פאַרשטיין לויט ווי עס ווערט דערקלערט אין דעם מאמר, דער סדר ווי מען מאַכט אַ דירה לו יתברך, על דרך משל ווי מען מאַכט אַ דירה פאַר אַ מלך בשר ודם. די ערשטע זאַך מוז מען דעם אָרט אויסרייניקן פון יעדן שמוץ כו' און דערנאָך באַפּוצט מען דאָס מיט שיינע כלים בכדי עס זאָל זיין ראוי לדירת המלך.
אַזוי איז דאָס אויך אין עבודה רוחנית. מען מוז פריער אַרויסנעמען דעם שמוץ וכו', וואָס דאָס טוט זיך אויף דורך דעם קו המרירות. און דאָס איז די עבודה פון חודש אב, ממעטין בשמחה, בכדי אַרויסצונעמען די ענינים פון ומפּני חטאינו גלינו מארצנו. דאָס איז אָבער מער ניט ווי אַ הכנה צו אַ דירה, די דירה אַליין מאַכט מען דורך שמחה.
א. אין תורה בכלל, און אין תורה שבכתב בפרט, איז יעדער וואָרט און אַפילו יעדער אות בדיוק און אויסגערעכנט. פיל הלכות ווערן אָפּגעאדר מרבין בשמחה דער דיוק כשם, וואָס דערפון איז משמע אַז דער משנכנס אדר מרבין קומט אַרויס פון דעם משנכנס אב ממעטין, איז דאָס פאַרשטאַנדיק לויט דעם וואָס ווערט דערקלערט אין חסידותכח), אַז דער יתרון האור קומט מתוך החושך דוקא. במילא איז פאַרשטאַנדיק אַז ווער רופט אַרויס אין אדר דעם בלי גבול פון שמחה, עד דלא ידעי — דאָס קומט פון חושך דוקא, ד. ה. די עבודה פון אתכפיא סטרא אחרא דורך מרירות, דעמאָלט איז די שמחה גאָר גרויס, אָן אַ גרענעץ.
און דאָס איז דער טעם וואָס דוקא אין חודש אדר איז די שמחה אָן אַ גרענעץ, ווייל דעמאָלט איז דאָס געקומען מתוך החושך, ווי עס שטייט ורבים מעמי הארץ מתיהדים, עמי הארץ, ג' קליפות הטמאות, זיי אַליין זיינען מתיהדים, געוואָרן יהודים, כופרים בעבודה זרה ומודים בכל התורהל).
און מצד דער עבודה, ווערט דער יתרון האור, אַז פּורים איז דער חיוב השמחה עד דלא ידעי, און אויך דעם גאַנצן חודש אדר דאַרף זיין שמחה בריבוי, ווי ער זאָגט והחודש אשר נהפּך, דער גאַנצער חודש אדר.
(משיחות שבת מברכים אדר, תשט"ז) פקורי
לערנט פון איינצלנע ווערטער אָדער אַפילו פון איינצלנע אותיות פון תורה.