ליל ב' דחג הסוכות תש"ז
66
ממשיך דעם עצם הנפש. דער עצם הנשמה איז דאָך בהתעלמות און די הארת הנשמה וואָס קומט אַראָפּ למטה איז בהתגלות, וואָס דורך די עבודה פון די הארת הנשמה שיורדת למטה וואָס איז בהתגלות פועל'ט אַ עילוי אין דעם עצם הנשמה למעלה. די הארת הנשמה טוט אַ טובה דעם עצם הנשמה, וואָס דורך די עבודה פון די הארת הנשמה דאָ למטה אין תומ"צ, איז אצילות מקנא עשי', די אורות דאצילות און דער עצם הנשמה איז מקנא די הארת הנשמה דאָ למטה. און דורך סיפורים איז מען מגלה דעם עצם הנשמה.
ב. יעדער נשמה אַז זי קומט אַראָפּ למטה, האָט זי מיט זיך אַ באַגאַזש, נאָר מען דאַרף דאָס פאַנאַנדערנעמען, אַז ניט בלייבט דאָס אין די טאָרבע פאַרמאַכט. עס איז טאַקע אַלץ דאָ, נאָר עס איז פאַרמאַכט אין די טאָרבע. מ'דאַרף פאַנאַנדערנעמען דעם באַגאַזש.
ג. שמחת בית השואבה פלעגט ביי דעם טאַטן זיך אָנהויבן פון די אַנדער נאַכט סוכותיב, און אַזוי איז געווען אין אַלע דורותיג. אַמאָל האָט מען פאַרבראַכט גאָר אויף אַ אַנדער אופן: מ'פלעגט זיצען אַ גאַנצע נאַכט ביז טאָג, דאַן פון די סוכה גיין אין וואַסער און ערשט אָנהויבן טראַכטן וועגן דאַוונען, און אָפּדאַוונען כ'ווייס ווען.
ר' ניסן דער מלמד האָט מיר דערציילט פון אַ פאַרבריינגען שמחת בית השואבה ביי דעם טאַטען, וואָס דער טאַטע האָט גערעדט דאַמאָלסט וועגען קריאת שמע שעל המטה, אַז ק"ש שעל המטה דאַרף מען אַ גאַנצע נאַכט, שלאָפן דאַרף מען ניט, בכלל אַ איד שלאָפט ניט. און האָט דאַמאָלסט גערעדט די גרויסע רחמנות אויף די נשמה בשעת מען שלאָפט, הגם עס שטייט דאָך אַז בעת השינה איז די נשמה עולה למעלה ושואבת רוח חייםיד, איז דאָס נאָר וואָס זי "שעפּט אָן", אָבער דורך די עבודה אין מאַרק דאָ למטה "נעמט" זי עצמות.
ר' ניסן האָט געהאַט אַ חוש אין סיפורים, ער איז געווען אַ גרויסער מקבל פון מהר"ש נ"ע, און ער האָט געהאַט דעם חוש פון פאַרשרייבן אַלעס וואָס ער האָט געהערט ביי די פאַרבריינגענס. אַז איך פלעג אים אַמאָל פרעגן אַ ביאור אויף אַ סיפור, פלעגט ער ענטפערןטו: דו הער די מעשה, אַז דו וועסט עלטער ווערען וועסטו פאַרשטייןטז.
ד. די מאַמעיז איז געווען אַ למדנית, אַז איך האָב געלערנט ביי דעם דריטן מלמד ר' שמשוןיח — תנ"ך, פלעגט די מאַמע מיט מיר חזר'ן די קאַפּיטלעך נ"ך.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- תש"ו-ה'שי"ת
- Id
- rh-6qdgz2jq
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.