ליל ב' דחג הסוכות תש"ז
65
(מהר"ש נ"ע). איך געדיינק אַ רעש אין שטוב, און איך האָב געפרעגט: וואו איז דער זיידע, דער מענטש וואָס האָט מיר געהאַלטן האָט מיר אַוועקגעשטעלט אויפ'ן פענסטער, האָב איך געזען אַ גרויסן עולם, אַ עם רב, אויפן הויףד. נאָכדעם פלעג איך זען, אַז דער טאַטע דאַוונט אין דעם זאַל וואו דער זיידע פלעגט זיצן.
איךה פלעג ליב האָבן זיך צו שפּילן אין דעם זאָל וואו דער זיידע (מהר"ש נ"ע) פלעגט זיין. אין דעם חדר איז געווען: 3 גרויסע קרעסלעס (טשעירס) אויסגעבעט מיט געוואַנטו, מען פלעגט זיי רופן וואַגאָנגע קרעסלעס (כסאות רחבים); אַ קיילעכדיגער טיש; איבערן טיש, אַ גרויסע לאָמפּע — אַ גלעזערנע הענג לייכטער, מיט אַ סאַך ליכט; ביים זייט, אַ שרייב טיש. אַז איך פלעג קומען צו דער באָבען (הרבנית רבקה אשת מהר"ש נ"ע) פלעג איך זיך שפּילן אין זיידענס זאל, אַרויפקריכן אויף די קרעסלעס און אַראָפּלויפן.
איינמאָלז זע איך ווי דער טאַטע גייט אַרייןח, זייער ערענסט, אָנגעטאָן אין גאַרטל — בכלל האָב איך אָנגעהויבן האָבן אַ אַנדער דרך ארץ פאַר'ן טאַטן, איך האָב באַמערקט אַז עס איז אַ אַנדער טאַטע — גייט צו צום טיש אַנטקעגן איבער דעם זיידענס (מהר"ש נ"ע) קרעסלע (טשעיר). האָב איך זיך דערשראָקן און זיך באַהאַלטן אין איינע פון די קרעסלעס און געוואָלט זען וואָס דער טאַטע טוט. ערשט איך זע, דער טאַטע בויגט זיך אַריבער איבער'ן טיש בהרכנת הראש, און מיט אַמאָל האָב איך דערהערט אַ כליפען ווי דער טאַטע וויינט, האָב איך זיך דאָך דערשראָקן — דער טאַטע וויינט! דאָס האָט גענומען אַ שטיקעל צייט, נאָכדעם איז דער טאַטע אַרויס הינטערוויילעכטס פון חדר, האָב איך געזען דעם טאַטענס פנים אינגאַנצען אַ פאַרוויינטע. אַז איך בין עלטער געוואָרען, האָט דער טאַטע מיר מבאר געווען וואָס דאָס אַלעס מיינט.
דאָס איז געווען אין יאָר תרמ"וט. זומער תרמ"ז איז דער טאַטע אַוועקגעפאָרעןי און מיר איבערגעגעבן תחת השגחת המלמד ר' ניסןיא. ר' ניסן האָט מיר דערציילט אַ סאַך סיפורים פון די רביים. אַז דער טאַטע איז צוריק געקומען אַהיים, האָט ער מחזיק טובה געווען ר' ניסן'ען פאַר די סיפורים וואָס ער האָט מיר דערציילט. אַז איך בין עלטער געוואָרן האָט מיר דער טאַטע געזאָגט: דו דאַרפסט מכיר טובה זיין ר' ניסן'ען, ער האָט דיר געשטעלט אויף די פיס, חסידישע פיס איז סיפורים, און דאָס גייט אין קאָפּ.
אַ צווייטן מאָל האָט דער טאַטע מיר געזאָגט, אַז דורך סיפורים איז מען
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- תש"ו-ה'שי"ת
- Id
- rh-8z5f2kj7
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.