עברית
Library

ליל שמחת תורה תש"ז

ליל שמחת תורה תש"ז

א. למעלה זיינען אַלע ידיעות ע"י הכרזה, וואָס די הכרזה קומט ע"י המלאכים, אַ מלאך איז דאָך ניט קיין מציאות לעצמו, נאָר דאָס וואָס ער פירט דורך די שליחות — ער ווייס אַז דאָס מיינט מען אים ניט — פאַר אים איז דאָס ניט נוגע.

אַ נשמה איז אַ מציאות לעצמו, זי ווייס אַז דאָס אַלעס מיינט מען איר, און איר איז דאָס נוגע, ווייל זי דאַרף דאָס דורכפירען, דורכטאָן.

דער עיקר עבודה איז עבודה בפועל. . . און דורך דעם ווערט די עליית העצמות בעצמותו.

ב. בשנת תרנ"ח ביי אַ פאַרבריינגען שמחת בית השואבה האָט דער טאַטע אַרומגערעדט דעם חילוק פון מלאכים און נשמות, וואָס מלאכים זיינען בהתפעלות וברעש ווייל זיי זיינען ניט קיין מציאות לעצמו, עס גייט זיי ניט אַן די אַלע הכרזות, נאָר דאָס וואָס ער פירט דורך די הכרזה, קענען זיי זיין בהתפעלות און שפּרינגען קדוש, אַ נשמה איז אַ מציאות לעצמו זי הערט זיך צו די הכרזות און איז קולט אין זיך אויף דורכצופירן זיי.

אַ נשמה שפּרינגט ניט, זי דאַרף גיין, אַ דורך גיין. ער ווייס ווען צו גיין און ווען אַ שפּרינג טאָן, כמו שאומרים העולם: "ביז מען האָט ניט איבערגע­שפּרונגען זאָגט מען ניט האָפּ".

דער טאַטע האָט דאַן גערעדט די שאלה פאַרוואָס קומט ניט אַראָפּ די עצם הנשמה למטה נאָר הארת הנשמה לבד — ווייל ווען די עצם הנשמה וואָלט אַראָפּגעקומען וואָלט זי אַ דורך גע­ברענט, אָבער די הארת הנשמה איז מברר ומזכך, זי קומט אַראָפּ אין אַ גוף, עס איז איר מלביש אַ נה"ב — ניט קיין יצה"ר: ער פאַרשטעלט זיך אַמאָל פאַר אַ אָרימאַן, פאַר אַ עושר, פאַר אַ בדחן, אַמאָל גאָר פאַר אַ פּריץ, אָבער מען דאַרף אים קענען מיט אַלע זיינע התחכמות'ן — מען דאַרף אים מברר

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-67yk1sam

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources