עברית
Library

ליל שמחת תורה תש"ז

72

ומזכך זיין, וואָס דאָס איז נאָר דורך עבודת התפלה.

חסידים דאַרפען טאָן אין עבודת התפלה, מ'דאַרף אָנפאַנגען דאַוונען. דער טאַטע האָט געזאָגט ביי אַ פאַרבריינגען בשנת תרנ"וא אַז דער וואָס טוט אין עבודת התפלה — איז דער רבי און אַלע רביים בענטשען אים; און דער וואָס טוט ניט אין עבודת התפלה זאָגט מען אים: צא מכאן, מ'וויל דיך דאָ ניט האָבן, דו זאָלסט אין די ד' אמות ניט זיין. און נאָך שאַרפע רייד וואָס מען קען זיי ניט איבערזאָגן.

ער האָט יעמאָלט גערעדט באריכות גדולה וועגן דאַוונען: אַ משכיל וואָס לערנט חסידות און דאַווענט ניט, זאָג איך אים: צא מכאן, איך וויל דיר ניט אין מיינע ד' אמות. ער האָט גערעדט זייער שאַרפע דיבורים וואָס איך וויל זיי נישט איבער'חזר'ן.

חוץ דעם וואָס מען האָט אַסאַך מאָל גערעדט אַז אויב ער טראָגט דאָס ניט אַראָפּ אין עבודת התפלה איז פאַרשטייט ער גאָרניט — די השכלה און די הבנה זיינע איז קיין השכלה והבנה נישט, איז בכלל טויג דאָס ניט — דער עיקר איז עבודה בפועל.

בכדי עס זאָל זיין די עבודת התפלה כדבעי, דאַרף טאַקע פריער זיין קריאת שמע שעהמ"ט, מאַכען אַ חשבון הנפש, און סוף כל סוף דאַרף מען קומען צו דער מסקנא ווי ר' הענדלב האָט געזאָגט בשם ר' גרשון בערג, אַז מען דאַרף ווערען אַ אַנדערער. ער האָט געזאָגט צו זיך: ווער אַנדערש, דער מאָרגען זאָל זיין אַנדערש ווי היינט.

ג. בשמע"צ אומרים: "שמיני עצרת החג הזה", איז דאָך אַ שאלה אַלע ימים טובים זאָגט מען פריער חג (כמו: חג המצות, חג השבועות, וכו'), און פאַר­וואָס שמיני עצרת זאָגט מען ("שמיני עצרת החג הזה") דער חג שפּעטערד, נאָר שמיני עצרת אַליין מאַכט דעם חגה. דער אויבערשטער איז שמח וואָס ער האָט אָפּגעטאָן אַ גוטע שטיקל אַרבעט, ער האָט אַלע אידען געגעבן אַ גוט יאָר.

כי בר"ה איז דאָך ספרים נפתחיםו, און די תובעים מאָנען און זייער טענה איז דאָך אַ ריכטיגע. וואָרום ביי דעם איש הפשוט איז דאָך דער אלול ניט אַנדערש ווי חודש אב און ימי הסליחות ווי אלול, און אַזוי ר"ה, עשי"ת, יוהכ"פ, און די ד' ימים שבין יוהכ"פ לסוכות. אָבער אַז עס קומט סוכות איז ער גאָר אַ אַנדערער: ער גייט אין סוכה הגם עס איז אַ רעגן וואָס עפ"י דין איז ער דאָך פטורז, ער ווערט אַריינגערעגנט, ער טוט דאָס מחמת אהבהח. ער שטייט אויף 6 אַזייגער בענטשען אתרוג. אַ אתרוג האָט ער ניט, לויפט ער אין שול בענטשען אתרוג און דאַוונען. ער פאַר'משכון'ט די כלי המלאכה אויף צו קויפן אַ ביסל משקה אויף יו"ט. און אַז עס קומט שמע"צ טאַנצט ער מיט די ס"ת מיט צעריסענע פּאָדעשוועס, און קוקט ניט אויף די

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-mst2297y

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources