לקוטי שיחות
הוספות - מכתבים כלליים לראש השנה א
449מכתבים כלליים לר"ה*
ברוקלין, נ.י.
אל בני ובנות ישראל
אשר בכל מקום ומקום
ה' עליהם יחיו
אין אָנבליק פון ראש השנה, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה —
וואָס ראש השנה איז דאָך דער „קאָפּ" פונם יאָר און גיט די ריכטונג און אָנווייזונגען און פירט אָן מיט דעם מענטשנ'ס אויפפירונג אין אַלע טעג פונם יאָר, אַזוי ווי דער קאָפּ פירט אָן מיט אַלע איברים פון גוף,
און ער איז דאָך אויך דער טאָג ווען דער ערשטער מענטש, פון וועמען עס שטאַמען אַלע מענטשן, אדם הראשון, איז באַשאַפן געוואָרן —
דאַרף מען זיך ערנסט און שטאַרק אַריינטראַכטן אין די אָנווייזונגען פון ראש השנה, ווי זיי ווערן אָנגעגעבן בפירוש אָדער אָנגעדייטעט אין תורה, וואָס דאָס איז דאָך דער ענין פון תורה. פון וואָרט „הוראה" — אָנווייזונג, תורת־חיים — אָנווייזונג אין טאָג־טעגלעכן לעבן פון יעדן אידן, מאַן און פרוי,
די אָנווייזונגען זיינען דאָ סיי אין ענינים פון ראש השנה וואָס זיינען אַלגעמיינע פון אַלע ראש השנה'ס, סיי אין די ענינים אין וועלכע זיי אונטער שיידען זיך צווישן זיך (טאָג אין וואָך, עיבור יאָר אָדער איינפאַכער יאָר, א. ז. וו.),
חי אלול: יום הולדת את שני המאורות הגדולים: כ"ק הבעש"ט (בשנת נח"ת) וכ"ק רבנו הזקן, בעל התניא והשו"ע (בשנת קה"ת).
ראש השנה „קאָפּ": שלכן נקרא ראש השנה ולא תחלת השנה (לקו"ת דברים מא, ג).
גיט פירט אָן: נתבאר בארוכה בעטרת ראש בתחלתו.
עס שטאַמען אַלע מענטשן: ושייכותם עד כדי כך — שכאו"א דומה לאדה"ר שנברא יחידי וכו' (סנהדרין לז, א). וראה בשער הגלגולים הקדמה וא"ו ואילך (ובכ"מ בכתהאריז"ל) שכל נשמה הייתה כלולה בנשמת אדה"ר ע"ד דרז"ל בפסוק איפה היית (שמו"ר פ"מ, ג. — ומש"כ שם שהראה לאדה"ר כל צדיק כו' יש שהוא תלוי בראשו כו' — ע"פ הנ"ל מובן שרק דצדיקים הראה, אבל כל הנשמות תלוים באדה"ר). ובלקו"ת (נצבים מז, ב) שבכאו"א יש מנשמת אדה"ר ולכן „אתם קרויים אדם".
תורה „הוראה": זח"ג נג, ב.
450חאָטש, בכלל, איז יעדער ראש השנה בריינט נייע אָנווייזונגען.
*
מיר וועלן זיך דאָ אָפּשטעלן אויף איינע פון די אָנווייזונגען פון ראש השנה, וואָס ווערט אָנגעדייטעט אין דעם מאמר חכמינו זכרונם לברכה:
אדם נברא בערב שבת, ומפני מה כו' משל למלך בשר ודם
שבנה פלטרין ושיכללן והתקין סעודה ואחר כך הכניס אורחין
כו' זו מדתו של הקב"ה שברא את כל העולם כולו בחכמה כו'
וכל צורכי עולם (ואח"כ הכניס אורחים) זה אדם וחוה — (דער
מענטש איז באַשאַפן געוואָרן ערב שבת; פאַרוואָס? . . . עס איז אַ
משל צו אַ מענטשן אַ קעניג וואָס האָט אויפגעבויט אַ פּאַלאַץ
און האָט אים באַפּוצט און אויסגעריכטעט און האָט צוגעגרייט אַ
סעודה, און ערשט דערנאָך האָט ער איינגעלאַדן געסט . . אַזוי
האָט זיך געפירט דער אויבערשטער: ער האָט באַשאַפן די
גאַנצע וועלט בחכמה . . און אַלע באַדערפענישן פון דער וועלט
(און ערשט דערנאָך האָט ער איינגעלאַדן געסט) — דאָס זיינען
אדם און חוה).
צוזאַמען דערמיט, זאָגט תורה, אַז אדם לעמל יולד (דער מענטש ווערט צו האָרעוואַניע געבאָרן), און יעדער מענטש דאַרף זאָגן אני נבראתי לשמש את קוני (איך בין באַשאַפן געוואָרן צו דינען מיין באַשעפער).
דאַרף מען פאַרשטיין, ווי אַזוי שטימען די צוויי קעגענזעצטע געדאַנקען וועגן דער באַשאַפונג פונם מענטשן: אַלס דעם אויבערשטנ'ס חשובער „גאַסט" וואָס געפינט אַלץ פאַרטיג און צוגעגרייט און גלייכצייטיג אַלס „קנעכט" וואָס דאַרף דינען שטענדיג דעם אויבערשטן און מיט האָרעוואַניע.
נאָך מער פאָדערט זיך אַ דערקלערונג וועגן דעם, ווען ראש השנה פאַלט אויס שבת, ווי הייאָר, וואָס דאַן ווערט נאָך מער אונטערשטראָכן דער451ענין פון הכל מוכן לסעודה (אַלץ איז צוגעגרייט צו דער סעודה), וואָרום שבת איז דאָך כאלו כל מלאכתו עשוי' (פּונקט ווי אַלע אַרבעט איז שוין אָפּגעטאָן), ווערט נאָך שטאַרקער די פראַגע, ווי פּאָרט זיך דאָס מיט דעם ענין פון אדם לעמל יולד און לשמש את קוני?
איינע פון די דערקלערונגען אין דעם איז, אַז דוקא דער צוזאַמענשטעל פון ביידע זאַכן גיט אונז אַ גאָר טיפע אָנווייזונג אין לעבן, ביז אין טאָגטעגלעכן לעבן, וואָס דריקט זיך אויס אין עטלעכע נקודות:
(א) מ'דערוואַרט פון אדם און חוה — און דאָס איז די אָנווייזונג פאַר יעדן אידן, מאַן און פרוי — אַז אפילו בשעת זיי געפינען זיך אין אַ מצב וואָס איז ווי אַ קעניגליכער פּאַלאַץ, וועלכער איז פאַרזאָרגט ניט נאָר מיט אַלע נויטווענדיקייטן נאָר אויך מיט „שיכלול" — פאָלקאָמנהייט, און זיי זיינען דאָרט איינגעלאַדן אַלס חשובע געסט, דאַרפן זיי דערפון מאַכן אַן עבודה צום אויבערשטן, דעם באַשעפער פון דער גאַנצער וועלט,
ביז אין דער העכסטער דרגא, ווי תורה דערציילט אַז משה רבנו, וואָס לא קם נביא עוד בישראל כמשה אשר ידעו הוי' פנים אל פנים (עס איז נישט אויפגעשטאַנען ביי אידן נאָך אַזאַ נביא ווי משה וואָס דער אויבערשטער האָט זיך צו אים דערקענט פנים צו פנים), און ווען ער איז צוגעקומען צו זיין העכסטער שלימות, בלשון פון חכמינו זכרונם לברכה — צום שער החמישים דבינה — איז ער אויך דאַמאָלס געווען אין דעם מצב פון „משה עבד הוי'" (משה דער קנעכט פון דעם אויבערשטן).
אויך, אין דעם צווייטן קצה (עקסטרעם) איז, ווי דערקלערט מערערע מאָל, דינען דעם אויבערשטן דאַרף מען ניט נאָר מיט דאַוונען, לערנען תורה און טאָן מצוות, נאָר אויך — לויטן לשון פון רמב"ם — במאכלו ובמשקהו כו' ובמשאו ובמתנו — מיטן עסן און טרינקען און אין אַלע באַשעפטיקונגען, ביז אפילו מיטן שלאָפן. וואָרום אַ איד דאַרף זיך צוגרייטן צום452שלאָפן אַזוי אַז אויך דאָס שלאָפן ווערט דערהויבן צו אַן עבודה, וואָס דאָס איז דאָך איינע פון די דערקלערונגען און טיפערער אינהאַלט פון קריאת שמע שעל המיטה.
(ב) אַ צווייטע נקודה, וואָס דאַרף זיך אויך אויסדריקן אין טאָג טעגלעכן לעבן, איז, אַז דער אויבערשטער האָט געגעבן אדם און חוה'ן — און דורך זיי צו אַלע אידן מענער און פרויען עד סוף כל הדורות — די כוחות און מעגלעכקייטן „לשמש", צוצוגעבן אין דעם קעניגלעכן „פּאַלאַץ" מיט אַלע זיינע איינריכטונגען, כאָטש זיי זיינען אַ באַשאַפונג פון דעם אויבערשטן מיט טלעכער חכמה. ווי גוט דער צושטאַנד איז אַרום עם און באַ עם, קען (און במילא, מוז) יעדער איינער און איינע ברענגען דאָס צו נאָך אַ העכערע מדריגה פון שלימות, ביז — ווי תורה זאָגט וועגן דעם מענטשלעכן בייטראָג צו דער בריאה, דעם ואונדערלעכן וואָרט — „ער ווערט אַ שותף צו הקדוש ברוך הוא אין מעשה בראשית", ער קען און טוט אויף אַזוי פיל ביז אַז תורת אמת זאָגט אַז ער איז אַ שותף.
(ג) די אויבנדערמאָנטע נקודות מאַכן לייכטער יעדן איינעם און איינע צו טאָן אַלץ וואָס עס דאַרף געטאָן ווערן צו שטייגען העכער און העכער אין אַלע ענינים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט תורה און מצוות און אידישקייט אין אַלגעמיין, אין פולן איינקלאַנג מיט דעם מענטשנ'ס אויפגאַבע אין לעבן — אני נבראתי לשמש את קוני* , אַריינטראַכטנדיק זיך אין די וואונדערלעכע כוחות וואָס דער אויבערשטער האָט עם געגעבן, ביז צו ווערן אַ שותף — און ניט אין אַ קליינע זאַך און איין זאַך, נאָר אין דער גאַנצער בריאה, די שאַפונג פון דער גטלעכער חכמה.
(ד) דער דאָזיגער בייטראָג קען ניט דערגרייכט ווערן אין דער פולער מאָס דורך אַ באַגרענעצטע, פון צייט־צו־צייט עבודה, באַ אויסערגעוויינלעכע געלעגנהייטן אָדער ספּעציעלע צייטן; נאָר — דורך אַ לעבנסוועג וואָס דריקט זיך אויס אין טאָג־טעגלעכער עבודה, אַז יעדע מעשה, דיבור און מחשבה זאָל זיין לשם שמים און בכל דרכיך דעהו — עס זאָל זיך אנזען גטלעכקייט אין אַלע ענינים אויך פון צורכי עולם, און ווי געזאָגט פריער, אפילו אין עסן און טרינקען א. ז. וו. אין אַ וואָכענדיגן טאָג.
(ה) אין לשמש את קוני, דינען דעם אויבערשטן, איז דאָך דאָ די אָנווייזונג און אָנזאָג: עבדו את ה' בשמחה, דינען דעם אויבערשטן מיט שמחה און אויך מיט תענוג (פערגעניגען) וואָס ער קען דינען הקדוש ברוך הוא,
453וואָס אויך דאָס ווערט נאָך מער אונטערשטראָכן דעם ראש השנה — וואָס פאַלט אויס שבת, וואָס שבת איז דאָך וקראת לשבת עונג.
*
זאָל דער אויבערשטער בענטשן און מצליח זיין יעדן איינעם און איינע טאָן אין דאָס אַלעס אויבנדערמאָנטע אין אַן אופן פון שמחה און עונג,
דער אויבערשטער זאָל מבטל זיין אַלעס וואָס קאָן שטערן, ח"ו, אין דעם
דורך זיין פועל ישועות בקרב הארץ אין אַן אופן נראה ונגלה — כולל ועיקר
געבן יעדן אידן און אַלע אידן אַ שנה טובה ומתוקה אין אַלע הינזיכטן און אין אַלע ענינים.