עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos and letters 17

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

358פקורי

. . . די פרשה פקודי נעמט אַרום דעם גאַנצן ענין פון דעם משכן, פון דער התחלה ביז דעם סיום; פון די ביישטייערונגען צום משכן אין ענטפער אויף דעם גטלעכן געבאָט ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם („זיי זאָלן מיר מאַכן אַ הייליקן אָרט און איך וועל רוען צווישן זיי") — ביז וכבוד ה' מלא או1 המשכן („די גטלעכע שכינה האָט אָנגעפילט דעם משכן").

איינע פון די טיפערע אָנדייטונגען פון דער פרשה איז, אַז ווען מ'גייט טאָן אַ גוטע זאַך, דאַרף יעדער איינער זיך פאָרשטעלן, אַז דורך זיין באַטייליקונג, ווי גרויס אָדער קליין אין כמות, וועט אַרויסקומען די גאַנצע זאַך בשלימות. און כאָטש מ'דאַרף אָנקומען צו נאָך פיל מנדבים, האָט אָבער יעדער מנדב אַ זכות אין דער גאַנצער זאַך. און דאָס איז אויך מרומז אין דער ברכה וואָס משה רבנו האָט געגעבן אַלע אידן ביים סיום פון דעם משכן, ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה דערציילן; יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם („דער אויבערשטער זאָל געבן, אַז די שכינה זאָל רוען אין די ווערק פון אייערע הענט"). דער מעשה המשכן ווערט אָנגערופן „מעשה ידיכם" פון אַלעמען צוזאַמען און פון יעדן איינעם באַזונדער.

פאַרשטייט זיך, אַז ווען קען דער יחיד זיין באַרעכטיגט צו דעם פולן זכות פון דער גאַנצער זאַך — ווען זיין ביישטייער איז דער מאַקסימום וואָס דער אויבערשטער ערוואַרט פון עם. דאַן, ווי גרויס אָדער קליין דאָס זאָל ניט זיין אין כמות, האָבן אַלע צוגלייך דעם פולן זכות פון אויפשטעלן די גאַנצע זאַך. דאָס איז אויך אָנגעדייטעט געוואָרן אינם אָנהויב פון דער סדרה, וואו עס ווערן ווידער דערמאָנט בצלאל און אהליאב, די הויפּט „אַרכיטעקטן" פון דעם משכן, וועלכע — ווי רש"י באַמערקט — זיינען געווען די פאָרשטייער פון די העכסטע און נידעריגסטע שבטים, צו ווייזן, אַז ביים אויבערשטן זיינען אַלע גלייך און טייער.

(ממכתב כ"ק אדמו"ר שליט"א)

אדר־נםן

. אין צוזאַמענהאַנג מיט די חדשים אד־ניסן דריקט זיך אויס די גמרא; מסמך גאולה לגאולה. דער אויסדרוק שטרייכט אונטער די אינערלעכע נקודה פון ביידע חדשים, די גאולה פון פּורים און די גאולה פון פּסח.

ווי אין אַלע ענינים פון תורה, וועלכע אַנטהאַלטן פיל הוראות און רמזים, אַזוי אויך אין דעם דערמאָנטן אויסדרוק, וואָס איינער פון זיי איז אין דעם באַגריף פון דעם עצם ענין פון גאולה — אויסלייזונג.

עס זיינען פאַראַן מדריגות אין גאולה. די גאולה פון פּורים האָט אויסגעלייזט די אידן פון דער גזירה פון להשמיד גו' ביום אחד; אָבער די גאולה איז געווען באַגרענעצט נאָר צו דעם, וואָרום די אידן זיינען ווייטער359געבליבן אין גלות (אכתי עבדי דאחשורוש אנן). פון דער אַנדער זייט, איז די גאולה פון מצרים געווען אַ פולשטענדיקע באַפרייאונג, ביז ובני ישראל יוצאים ביד רמה.

אין דעם אויסדרוק מסמך גאולה לגאולה איז פאַראַן אויך אַן אָנדייטונג, אַז אַ איד דאַרף וויסן, אַז יעדער איד האָט בכח צו דערהויבן די גאולה פון פּורים צו דער גאולה פון פּסח, דאָס הייסט, צו פאַרוואַנדלען אַ באַגרענעצטע גאולה — ווען אידן זיינען נאָך אין גלות — אין אַ פולשטענדיגע גאולה. מיט אַנדערע ווערטער; אַפילו ווען כלפּי חוץ — אין מאַטעריעלע און זייטיגע ענינים — איז אַ איד אין גלות, אָבער כלפּי פּניס — אין עיקר'דיגע זאַכן, אין אַלע ענינים פון נשמה־עבן — קען ער זיין, און מוז זיין, פולשטענדיג פריי. דאָס הענגט אָפּ פון עם אַליין. און אדרבה, דורך אַריינברענגען גאולה אין גייסטיגען לעבן, דורך תורה און מצוות אין טאָגטעגלעכן לעבן, ברענגט ער אַ גאולה אויך אין מאַטעריעלן לעבן — באַפרייאונג פון גזרות, פון דאגות פּרנסה, פון דאגות בנוגע געזונד, וכו' וכו'.

נאָך אַ געמיינזאַמע נקודה אין די דערמאָנטע צוויי גאולות איז די ראָלע פון דער אידישער פרוי און טאָכטער, ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה דריקן דאָס אויס; אף הן היו באותו הנס (פּסחים קח, ב), און ווי רשי"י טייטשט אָפּ אויפן אָרט; בשכר נשים צדקניות שבאותו הדור נגאלו (פּסח) . . . על ידי אסתר נגאלו (פּורים), וואָס ווייזט, אַז פרויען האָבן גאָר געהאַט אַן עיקר'דיגן חלק אין די גאולות.

אַ פּראַקטישע הוראה פון דאָס אויבנגעזאָגטע, ווי פון אַלע ענינים אין תורה, תורת־חיים (הוראה בחיים) — אָנווייזונג אין טאָג־טעגלעכן לעבן אויך אין איצטיגען גלות איז דאָ די אויבענדערמאָנטע מעגלעכקייט צו זיין אינגאַנצן פריי אין אַלע ענינים וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט אידישקייט, און אויך אין איצטיגען דור פון עקבתא דמשיחא — די לעצטע טעג פון גלות, ערב דער גאולה דורך משיח צדקנו — האָבן די פרויען אַן עיקר'דיגען חלק אין דער אַלגעמיינער גאולה פון כלל ישראל.

און מיר האָבן די פאַרזיכערונג, אַז די אויפפירונג פון נשים צדקניות, צוגלייך און צוזאַמען מיט דער הנהגה פון אַלע אידן בדרך התורה והמצוה, דורכגעדרונגען מיט דער ליכטיקייט און לעבעדיקייט פון תורת החסידות, וועט דערנענטערן און אַראָפּברענגען די גאולה האמתית והשלימה על ידי משיח צדקנו . . .

(ממכתב ראש חדש אדר, ה'תשל"ב)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-2g9ahy63

Copies

Recent activity

#186 Likkutei Sichos vol 11: machine reading · approved
#127 Likkutei Sichos vol 11: machine reading · closed

Sources