Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
198 דערפאַר וועט אויך דער אויבערשטער יעדן איינעם און איינער באַגליקן אין אַלץ וואָס מען נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
בכבוד ובברכה להצלחה מופלגה ולבשורות טובות
ויהא כהנ"ל* בהצלחה רבה ומגלגלין זכות (טהרה ודכויי — ולא רק בנוגע לעצמו — (תחטאיני) — כ"א גם וחיטא את הבית — חולין כ"ז רע"א) ליום זכאי (ולהעיר ממש"כ בכו"פ סו"ס י"א שבזמנינו אין לחוש אפילו לשחוט אווז בטבת) — הילולא דאדמוה"ז שהוראתו היינו נתינת כח — ששו"ב ה"ה יר"ש ביותר וחרד על דבר ה' שלם בדעתו וכו' (הל' שחיטה ס"א סק"ב, ושקו"ט בשו"ת צ"צ יו"ד סי"ב).
(ממכתב כ"ד טבת, תשכ"ה)
199 וועט ווייטער אָנפירען אייער אַרבעט. און נאָך מיט מער איבערגעגעבענהייט און מסירת נפש.
(ממכתב כ"ו שבת, תשס"ז)
* נכתב במענה לההודעה על קבלת התלמידים „הוראה" לשחיסה, ביום כ"ך טבת. המו"ל. ו א ר א . . . פרשת וארא, וואָס די פרשה דערציילט וועגען מצרים און יציאת מצרים פון אַמאָל און גיט אויך אָנדייטונגען אויף „יציאת מצרים" אין אונזער צייט, ווי זיך צו באַפרייען פון גלות און פון אַלע באַגרעניצונגען בגשמיות וברוחניות. איז ספּעציעל וויכטיג פאַר די אידישע פרוי בכלל — און עסקניות בפרט — צו געדענקען דעם ספּעציעלען זכות און די ספּעציעלע פליכטען וואָס ליגען אויף דער אידישע פרוי, און דעם חלק וואָס זי פאַרנעמט אין „יציאת מצרים" פון אַמאָל און היינט. חז"ל דערציילען אונז, אַז אין זכות פון די נשים צדקניות זיינען די אידען אויסגעלייזט געוואָרען פון מצרים. זיי האָבען זיך ניט דערשראָקען פאַר די גזירות פון מלך מצרים, וואָס האָט געוואָלט פאַרניכטען אידישע קינדער, נאָר זיי האָבן אויפגעשטעלט, און מיט גרויס מסירת נפש, אַ דור פון אידישע קינדער, וואָס האָבען דערנאָך געזאָגט נעשה ונשמע און מקבל געווען די תורה. איך האָף אַז איר, אַלס איבערגעגעבענע טוערינס פאַר די ישיבות תומכי תמימים ליובאַוויטש, וועלכע זיינען געגרינדעט געוואָרען דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און ערציהען די תלמידים אַז זיי זאָלען אָנגעהן מיט דעם נעשה ונשמע — זייער גאנצען לעבען און שטייגען אין תורה תמימה ויראת שמים.
. . . החילוק מבואר בין יאור לי ואני עשיתי (את היאור), ואני עשיתני (גם את עצמי ופשיטא דאת היאור), ולכן בענין העונש נאמר (יחזקאל כט, ט) ואני עשיתי, כי גם זה די להענש קשה. וכשמתארים רע דמצרים בעומקו , נאמר (שם כט, ג) ואני עשיתני. — ובתניא פכ"ב צ"ע כי הוא מורכב משני הפסוקים* . ובקונטרס ומעין מ"ג פ"ב צ"ל כמו שהוא בתניא — כן הוא בגכתי"ק אדנ"ע. ובנדפס הוא טה"ד, ובמ"מ שם . . .
(ממכתב יו"ד אייר תש"י)
* נכתב במענה לההודעה על קבלת התלמידים „הוראה" לשחיסה, ביום כ"ך טבת. המו"ל. ו א ר א . . . פרשת וארא, וואָס די פרשה דערציילט וועגען מצרים און יציאת מצרים פון אַמאָל און גיט אויך אָנדייטונגען אויף „יציאת מצרים" אין אונזער צייט, ווי זיך צו באַפרייען פון גלות און פון אַלע באַגרעניצונגען בגשמיות וברוחניות. איז ספּעציעל וויכטיג פאַר די אידישע פרוי בכלל — און עסקניות בפרט — צו געדענקען דעם ספּעציעלען זכות און די ספּעציעלע פליכטען וואָס ליגען אויף דער אידישע פרוי, און דעם חלק וואָס זי פאַרנעמט אין „יציאת מצרים" פון אַמאָל און היינט. חז"ל דערציילען אונז, אַז אין זכות פון די נשים צדקניות זיינען די אידען אויסגעלייזט געוואָרען פון מצרים. זיי האָבען זיך ניט דערשראָקען פאַר די גזירות פון מלך מצרים, וואָס האָט געוואָלט פאַרניכטען אידישע קינדער, נאָר זיי האָבן אויפגעשטעלט, און מיט גרויס מסירת נפש, אַ דור פון אידישע קינדער, וואָס האָבען דערנאָך געזאָגט נעשה ונשמע און מקבל געווען די תורה. איך האָף אַז איר, אַלס איבערגעגעבענע טוערינס פאַר די ישיבות תומכי תמימים ליובאַוויטש, וועלכע זיינען געגרינדעט געוואָרען דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און ערציהען די תלמידים אַז זיי זאָלען אָנגעהן מיט דעם נעשה ונשמע — זייער גאנצען לעבען און שטייגען אין תורה תמימה ויראת שמים.* ראה שם בהערות ותיקונים ס"ע 388. המו"ל .* ראה שם בהערות וציונים. המו"ל . ב א אין היינטיגען שבת איז דאָ נאָך אַ ענין, עס איז שבת מחר חודש. און אין דער הפטורה איז מען מסיים בפסוק ראשון ואחרון פון דער הפטורה מחר חודש. דער ענין פון ערב ראש חודש איז, וואָס די לבנה איז שוין אינגאַנצען בהעלם. עס איז שוין צוויי וואָכען, וואָס די לבנה האַלט אין איין נתמעט און נתעלם ווערען, ביז זי ווערט אַ נקודה בלבד. און נאָך מער, אַז זי ווערט לבסוף נתעלם לגמרי, וואָס דאָס איז דער רגע האחרון שבער"ח. קען מען זיך דאָך ח"ו מייאש זיין, אויף דעם זאָגט מען — מחר חודש. אָט באַלד ווערט די לבנה צוריק נתחדש, זי הויבט אָן צוריק לייכטען, און וויסענדיג דאָס איז גרינגער צו דורכטראָגען, ווייל ישראל דומין ללבנה. זמן הגלות איז דאָך דער זמן ההעלם וההסתר, עס איז שוין אַ משך זמן וואָס די לבנה האַלט אין איין נתמעט ווערען. ביז זי ווערט אַ נקודה בלבד, ביז זי ווערט ח"ו נתעלם לגמרי, קען מען דאָך אַראָפּפאַלען ביי זיך און אַריינפאַלען אין יאוש. — אמת טאַקע אַז די אויבערשטע העלפט פון דער לבנה איז אַלע מאָל גאַנץ. אַזוי שטייט אין חסידות און אַזוי איז אויך מובן אין חכמת הטבע. אָבער די אונטערשטע האַלבע לבנה, ד. ה. וואָס מיר זעהען, דאָס וואָס עס איז נוגע צו עבודה, איז אין שינוים און לפעמים ווערט דאָס נתעלם — אאיף דעם זאָגט מען, מחד חודש . באַלד ווערט צוריק נתחדש. עס וועט קומען אַ זמן פון גילויים נעלים ביותר, וואָס עס איז נאָך קיינמאָל ניט געווען.